ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

מאַריאָ עסקאָבאַר און זײַן ראָמאַן „וויגליד פֿון אוישוויץ‟
מאַריאָ עסקאָבאַר און זײַן ראָמאַן „וויגליד פֿון אוישוויץ‟

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published June 02, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

שולקינדער מאַרשירן מיט פֿײַל־און־בויגנס לבֿוד ל״ג בעומר

תּלמידים פֿון די רעליגיעזע שולן, באַגלייט פֿון זייערע עלטערן און לערערס האָבן מאַרשירט דאָנערשטיק, דעם 26סטן מײַ, איבער די גאַסן פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, מיט פֿײַל־און־בויגנס איז זייער הענט, בעת דער פֿײַערונג פֿון ל״ג בעומר. פּויקן און טרומייטן האָבן זיי באַגלייט און נאָך אַ לאַנגן טאָג פֿון דערציִערישע טעטיקייטן האָט מען געשלאָסן דעם טאָג אַרום דעם פֿײַער מיט געזאַנג. ענלעכע אַקטיװיטעטן האָבן דורכגעפֿירט תּלמידים פֿון די 7טע קלאַסן פֿון דער „אָרט״־שול.


ייִדישע קהילה פֿירט דורך סעמינאַר וועגן טעראָריזם

דער צענטער פֿון הײַנטצײַטיקע שטודיעס פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט אָרגאַניזירט, דעם 25סטן מײַ, אַ יומא־דפּגרא אין אַרגענטינע, אַ סעמינאַר אַד״ט „די נײַע סצענאַרן און דער פֿאַרשפּרייטער טעראָריזם‟. לעקטאָרן זײַנען געװען דברת זילבערשטיין פֿון דער ישׂראל־אמבאַסאַדע, אַריאל געלבלונג, פֿאָרשטייער פֿונעם „װיזנטאַל־צענטער‟, דער ריכטער פֿראַנקאָ פֿיומאַראַ און דער דעפּוטאַט דניאל ליפּאָװעצקי. די באַטייליקטע האָבן געהאַט די מעגלעכקייט צו דיסקוטירן מיט די לעקטאָרן און װעלן זיכער אַרײַנפֿירן אין זייערע אינסטיטוציעס די געלערנטע מאַטעריאַלן.


שפּאַנישער היסטאָריקער מאַריאָ עסקאָבאַר דערציילט וועגן זײַן ראָמאַן „וויגליד פֿון אוישוויץ‟

„אין אייראָפּע, זײַנען סײַ די עקסטרעם רעכטע, סײַ די עקסטרעם לינקע, פֿאַראייניקט אין זייער אַנטיסעמיטישער װיזיע.‟ אַזוי האָט זיך אויסגעדריקט דער שפּאַנישער שרײַבער און היסטאָריקער מאַריאָ עסקאָבאַר. ער האָט פּרעזענטירט אין בוענאָס־אײַרעס זײַן לעצטן ראָמאַן „װיגליד פֿון אוישװיץ‟, װאָס דערציילט דאָס אמתע לעבן פֿון העלען האַנעמאַן, אַ דײַטשישע פֿרוי װאָס איז פֿאַרשיקט געװאָרן אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער װײַל זי האָט געהייראַט און געהאַט פֿינף קינדער מיט אַ ציגײַנער.

דער ראָמאַן באַשרײַבט דעם ציגײַנער סעקטאָר אין אוישװיץ־בירקענוי, װוּ מען האָט אומגעבראַכט אַ 20,000 ציגײַנערס. דער ראָמאַן פֿירט אַרײַן דאָס לעבן פֿון ייִדן, טשעכן און פּאָלאַקן אין דעם טעגלעכן געראַנגל פֿאַר זייער לעבן. העלען, דער צענטראַלער פּערזאָנאַזש פֿונעם ראָמאַן בעט, אַז מען זאָל זי אַרײַננעמען אין אוישװיץ װײַל זי װיל נישט פֿאַרלאָזן איר משפּחה. זי איז געװען אַ דײַטשקע, האָט זי גענאָסן פֿון פּריװילעגיעס די ערשטע 16 חדשים פֿון איר געפֿאַנגענשאַפֿט און װײַל זי איז געװען אַ קראַנקן־שװעסטער האָט זי אָרגאַניזירט אַ שפּיטאָל פֿאַר קליינע קינדער װאָס איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר מענגעלען, דער דאָקטער װאָס האָט עקספּערימענטירט מיט קינדער און צװילינגען.

זײַן ראָמאַן איז געשריבן געװאָרן, האָט ער דערקלערט, װי אַ פֿאָרעם צו באַקעמפֿן די װעלכע באַרעכטיקן אָדער פֿאַרמינערן דעם חורבן אין שפּאַניע. דער אַנטיסעמיטיזם איז היפּש געשטיגן אין שפּאַניע איבער די װעלכע האָבן אַ נעגאַטיװע װיזיע פֿון מדינת־ישׂראל און טראָגן די פֿאָן פֿון די פּאַלעסטינער. דער שפּאַנישער לייענער דאַרף װידער אַ מאָל אָפּראַטעװען דעם זכּרון פֿון די געשעענישן פֿון דער צװייטער װעלט־מלחמה. ביידע עקסטרעמען, דאָס פֿעלן פֿון דערציִונג, און די לעצטע געשעענישן אין שײַכות מיט דער אימיגראַציע; דער איסלאַמישער עקסטרעמיזם, און דער נעאָנאַציזם אין אייראָפּע, טראָגן־בײַ פֿאַר די אַנטיסעמיטישע דערשײַנונגען אין אייראָפּע.

מאַריאָ עסקאָבאַר האַלט אַז די דעמאָקראַטישע װעלט דאַרף אָנװענדן אַלע מיטלען כּדי עס זאָלן זיך נישט איבערחזרן די טעותים װאָס די מענטשהייט איז באַגאַנגען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט. זײַן בוך און אינטערװיוען אין דער אַרגענטינער פּרעסע זײַנען ברייט אָפּגעשפּיגלט געװאָרן אין די לעצטע װאָכן.


אַמעריקע איז גרייט צו העלפֿן אויספֿאָרשן אַטענטאַט פֿון 1994 און ניסמאַנס טויט

די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט פֿאָרגעלייגט דעם אַרגענטינער יוסטיץ־ מיניסטער כערמאַן גאַראַװאַנאָ, הילף אויסצופֿאָרשן דעם אַטענטאַט אויף דער קהילה אין 1994 און דעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַנס טויט. די אַמעריקאַנער גענעראַל־פּראָקוראָרין לאָרעטאַ לינטש און דער דירעקטאָר פֿון דער פֿעדעראַלער ביוראָ פֿאַר אויספֿאָרשונגען [FBI], האָבן דערקלערט אַז זיי קענען זײַן שותּפֿים אין ביידע אויספֿאָרשונגען און װעלן צושטעלן זייער הילף דער אַרגענטינער רעגירונג און דער יוסטיץ. דאָס איז פֿאָרגעקומען פֿרײַטיק, דעם 27סטן מײַ, בעתן באַזוך פֿונעם אַרגענטינער מיניסטער אין װאַשינגטאָן.


פּראָפֿ׳ עדואַרד לאַרסאָן האַלט לעקציע וועגן אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם און די קומעדיקע אַמעריקאַנער וואַלן

דינסטיק, דעם 24סטן מײַ האָט עדואַרד לאַרסאָן, פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם אַמעריקאַנער אוניװערסיטעט „פּעפּערדין‟ געהאַלטן אַ לעקציע אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. דער געװינער פֿון דער „פּוליצער־פּרעמיע‟ פֿאַר געשיכטע אין 1998 האָט באַהאַנדלט די טעמע „דער אינטערנאַציאָנאַלער טעראָריזם און די קומענדיקע װאַלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן‟. ער האָט אַנאַליזירט די היסטאָרישע, עקאָנאָמישע, סאָציאָלאָגישע און קולטורעלע קאָמפּאָנענטן פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט און די היסטאָרישע װאָרצלען פֿון אַנטיסעמיטיזם. זײַן טעזע איז אַז די פֿאַקטאָרן און די מורא אָנצוּװערן אַרבעט־פּאָסטנס װעלן זיך אָפּשפּיגלען אין די װאַלן פֿון 8טן נאָװעמבער. בײַ דער געלעגנהייט האָט מען אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך און אַמעריקאַנער סטודענטן פֿונעם „פּעפּערדין־אוניװערסיטעט‟ װעלן קומען קיין אַרגענטינע פֿאַר אַקאַדעמישער און געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט.