עס וועט ווידער זײַן „פֿרילינג פֿאַר היטלער און דײַטשלאַנד‟, נאָר דאָס מאָל — אויף מאַמע־לשון.
דער „ייִדישער טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון דאָרע וואַסערמאַן‟, צוזאַמען מיט דער „דראַמע־געזעלשאַפֿט פֿון קאָט־סען־לוק‟ וועלן פֿאָרשטעלן מעל ברוקס׳ באַקאַנטן מויזיקל „די פּראָדוצירער‟ צום ערשטן מאָל אויף ייִדיש.
די פֿאָרשטעלונג, אין דער איבערזעצונג פֿון מרים האָפֿמאַן מיט לידער איבערגעזעצט פֿון אַהרן גאָנשאָר און רייזל קאַנדיב, וועט אַרײַננעמען 40 אַקטיאָרן, אַ קאַפּעליע פֿון 7 מוזיקער און אַ מאַנשאַפֿט פֿון 10 מענטשן — כאָרעאָגראַפֿן, מוזיקאַלישע רעזשיסאָרן, קאָסטוים־דיזײַנער וכדומה.
אַניסאַ קאַמעראָן, די רעזשיסאָרקע פֿונעם ספּעקטאַקל, האָט דערקלערט פֿאַר דער וועבזײַט „בראָדוויי־דאָט־קאָם‟, אַז „ס׳איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו אַרבעטן מיט די ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן, ווי אויך די, וואָס קענען ניט קיין ייִדיש. ס׳איז געווען אַ מחיה צו זען אויף יעדער רעפּיטיציע, ווי דער טעקסט לעבט אויף און צו זען ווי די אַקטיאָרן, וואָס קענען ניט קיין ייִדיש, לערנען זיך אויס די שפּראַך מיט אַזאַ חשק און פּרעציזקייט. איך בין אויך געווען אימפּאָנירט מיט דעם, ווי אַזוי די איבערזעצער בײַם ׳דאָרע־וואַסערמאַן־טעאַטער׳ זענען געבליבן געטרײַ מעל ברוקס׳ הומאָר און שאַרפֿזיניקייט, ווי אויך געבליבן געטרײַ דער ייִדישער שפּראַך אויף אַזאַ אופֿן, אַז ס׳וועט זײַן גרינג פֿאַר די וואָס רעדן ניט קיין ייִדיש צו פֿאַרשטיין‟.
דער מיוזיקל וועט מען פֿאָרשטעלן פֿונעם 19טן יוני ביזן 10טן יולי בײַם „סגל־צענטער‟ אין מאָנטרעאָל. כּדי צו באַשטעלן בילעטן אָדער קריגן נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: //www.segalcentre.org/whats-on/upcoming-events/segal-theatre/the-producers.
מעל ברוקס׳ „די פּראָדוצירער‟ איז אַן אַבסורדישע מוזיקאַלישע קאָמעדיע וואָס דערציילט די געשיכטע פֿונעם טעאַטער־אימפּרעסאַריאָ מאַקס ביאַליסטאָק און זײַן בוכהאַלטער לעאָ בלום, וואָס פּרובירן צו פֿאַרדינען געלט דורכן שאַפֿן אַ טעאַטער־ספּעקטאַקל, וואָס דאַרף זײַן אַ ריזיקן דורכפֿאַל. ווען זיי שאַפֿן, אָבער, אַן עקלדיקער מיוזיקל וועגן די נאַציס, ווערט ער אַן אומדערוואַרטער שלאַגער וואָס שאַפֿט פֿאַר זיי גרויסע צרות.
„די פּראָדוצירער‟, וואָס האָט דעבוטירט אויף „בראָדוויי‟ אין 2001 און איז געווען איינע פֿון די דערפֿאָלגרײַכסטע פּיעסעס אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע, האָט ברוקס באַזירט אויף זײַן פֿילם פֿונעם זעלביקן נאָמען, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט אין 1968.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.