דער „פֿאָרווערטס‟ באַקומט אַ פּרעמיע

The Forverts Wins Independent Press Award


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 05, 2016, issue of June 25, 2016.

דאָנערשטיק, דעם 2טן יוני, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט די פֿאָרשטײער פֿון אַ ריי צײַטונגען, וועבזײַטן און טעלעוויזע־קאַנאַלן פֿון דער ניו־יאָרקער עטנישער און אומאָפּהענגיקער פּרעסע, כּדי צו פֿאַרברענגען צוזאַמען און אָפּגעבן כּבֿוד זייערע קאָלעגעס, וואָס האָבן געשאַפֿן דעם בעסטן זשורנאַליזם פֿונעם יאָר 2015.

צווישן די צענדליקער געווינער פֿון די „איפּיס‟־אויסצייכענונגען איז געווען דער „פֿאָרווערטס‟, וואָס זײַן פֿילם וועגן דער געשיכטע פֿונעם אַמאָליקן „פֿאָרווערטס־בנין‟ אויף איסט־בראָדוויי האָט מען אויסגעקליבן אויפֿן דריטן אָרט פֿון צווישן מער ווי עטלעכע טוץ פֿילמען.

געקומען אויף דער צערעמאָניע צו באַקומען די אויסצייכענונג איז דער געוועזענער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער, וואָס האָט רעזשיסירט דעם פֿילם, אָנגעשריבן דעם סצענאַר, געמאַכט דעם מאָנטאַזש פֿונעם פֿילם אין איינעם מיטן ווידעאָ־אינזשעניר נחום קויפֿמאַן, און איז געווען איינער פֿון די נאַראַטאָרן.

אויף דער צערעמאָניע זענען אויך געקומען די אַרכיוויסטקע חנה פּאָלאַק, וואָס האָט געטאָן די אַרכיוואַלע פֿאָרש־אַרבעט און איז אויך געווען אַ נאַראַטאָר פֿונעם פֿילם און דזשאָרדין קוציק, אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אין „פֿאָרווערטס‟, וואָס האָט אָנגעשריבן די ענגלישע אונטערקעפּלעך. באָריס׳ פֿרוי ראַיאַ און זײַן זון אַרקאַדי זענען אויך בײַגעווען.

די ענגלישע שוועסטער־צײַטונג פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ The Forward האָט באַקומען צוויי חשובֿע פּרעמיעס: קורט האָפֿמאַן, דער אויסשטעל־רעדאַקטאָר, האָט באַקומען אַן אויסצייכענונג אויפֿן ערשטן אָרט פֿאַרן „דיזײַן‟ פֿון דער צײַטונג, און דער רעפּאָרטער דזשאָש נתן־קאַזיס האָט באַקומען אַן אויסצייכענונג אויפֿן צווייטן אָרט פֿאַר זײַן סעריע אויספֿאָרשונגען איבער אַ ייִדישער צדקה־אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט צוגעטיילט געלט־באָנוסן אירע פֿאַרוואַלטער אַפֿילו נאָך דעם, וואָס די אָרגאַניזאַציע איז באַנקראָטירט געוואָרן.

די „איפּיס‟, וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן אין 2002 און ווערן אָנגעפֿירט פֿון דער זשורנאַליזם־שול בײַם ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניווערסיטעט, אָנערקענט די אַרבעט פֿון די זשורנאַליסטן, וואָס אַרבעטן פֿאַר דער פֿרעמדשפּראַכיקער, עטנישער און אומאָפּהענגיקער פּרעסע. אויף דער צערעמאָניע האָט באַגריסט דעם עולם דער פֿאָרשטײער פֿונעם „צענטער פֿאַר ענטנישער מעדיאַ‟ בײַם ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניווערסיטעט און דער שטאָט־„קאָמפּטראָלער‟, סקאָט סטרינגער. דער באַקאַנטער זשורנאַליסט ראַנדל פּינקסטאָן האָט געדינט ווי דער קאָנפֿעראַנסיע.

דער „פֿאָרווערטס‟ באַגריסט אַלע מיטאַרבעטער אויף דער חשובֿער פּרעמיע און ווינטשט אַ האַרציקן מזל־טובֿ די קאָלעגעס בײַם Forward, ווי אויך די אַנדערע זשורנאַליסטן, וואָס האָבן הײַיאָר באַקומען אַן אויסצייכענונג.