מאָדיקאָטס „מונטערגאַנג‟ אין באָסטאָן

Modicut's Muntergang in Boston

אַ סצענע פֿון דער שפּיל „מונטערגאַנג און אַנדערע פֿריילעכע אונטערגאַנגען‟
YouTube
אַ סצענע פֿון דער שפּיל „מונטערגאַנג און אַנדערע פֿריילעכע אונטערגאַנגען‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 07, 2016, issue of June 25, 2016.

דער טעאַטער־קאָלעקטיוו „גרויסע קליינע ווערק‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך, דערעיקר מיט ליאַלקע־פֿאָרשטעלונגען, האָט לעצטנס אינסצענירט די פּיעסע „מונטערגאַנג און אַנדערע פֿריילעכע אונטערגאַנגען‟ אין באָסטאָן.

די פּיעסע, באַזירט אויף דער פֿאָרש־אַרבעט פֿון ד׳׳ר עדי פּאָרטנוי, דערציילט אויף ייִדיש און ענגליש די געשיכטע פֿון „מאָדיקאָט‟, אַן אַוואַנט־גאַרד־ און ראַדיקאַל־לינק־געשטימטן ליאַלקע־טעאַטער, וואָס עס האָט געגרינדעט די מאַריאָנעטן־מײַסטער — זוני מאַוד און יאָסל קאָטלער. „מונטערגאַנג‟, מיט די אַקטיאָרן דזשאָן בעל, טרודי כּהן, סטיווען קאַפּלאַן, דזשעני ראָמיין און ראָבערט מאָסי, באַנאַנד מיט אַ לעבעדיקער קאַפּעליע און דעם שטריקל־ציִער סעם ווילסאָן, וועבט אַרײַן אויסצוגן פֿון זוני מאַודס און יאָסל קאָטלערס אָריגינעלע שפּילן אויף ייִדיש.

אין אַ פֿריִערדיקן נוסח פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וואָס מע האָט פֿאָרגעשטעלט אויף אַן אָוונט לזכר חנה קופּער ז׳׳ל אין 2015, האָט מען געשפּילט איין סצענע אין וועלכן אַ גרופּע שטרײַקער ציִען זיך בכּוח אַרײַן אין אַ דירה, כּדי אַרויסצוהעלפֿן אַן אָרעם פּאָרפֿאָלק, וואָס מע האָט אַרויסגעוואָרפֿן צוליב דעם, וואָס זיי האָבן ניט געקענט באַצאָלן דירה־געלט.

אויבן קען מען זען ווי „גרויסע קליינע ווערק‟ האָט פֿאָרגעשטעלט אַ פֿריִערדיקן נוסח פֿון דער שפּיל בײַם ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟ אין 2014. די פּיעסע, וואָס מע האָט לעצטנס פֿאָרגעשטעלט אין באָסטאָן בײַם „טשאַרלסטאָון ווערקינג‟־טעאַטער איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אַ סך מער באַאַרבעט.