מאָנטיק, דעם 6טן יוני, איז פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון ייִװאָ די ערשטע זיצונג פֿון דער געמיינזאַמער קאָמיסיע פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישן טעאַטער אין אַרגענטינע. מצד דעם בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט האָבן זיך באַטייליקט פּראָפֿ׳ כאָרכע דובאַטי, פֿון דער קאַטעדרע פֿון געשיכטע פֿון קונסט; פּראָפֿ׳ שושנה סקוראַ פֿונעם אוניװערסיטאַרער אינסטיטוט פֿון קונסט פֿון ספּעקטאַקל; די מוזיקאָלאָגן — סילװיאַ גלאָצער און אַ צװאַנציק פֿאָרשערס און דאָקטאָראַנטן, און פֿונעם ייִװאָ האָבן זיך באַטייליקט דער דירעקטאָר, די אָנפֿירערין פֿון ייִװאָ־אַרכיװ, ליצ׳ סילװיאַ האַנסמאַן, דער ביבליאָטעקאַר יחזקאל סעמאָ, די לייטערין פֿון דער מוזיק־סעקציע און אַ צענדליק װאָלונטירן. עס זײַנען אויך בײַגעװען די דירעקטאָרין פֿון „נאַציאָנאַלן צענטער פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון דער אימיגראַציע‟ און די אַרכיװיסטין פֿון „עמפּרעסאַרן־פֿאַראיין‟ װאָס פֿאַרמאָגט מאַטעריאַלן פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט, און װאָס דער ייִװאָ האָט אָרגאַניזירט. מען האָט אויסגעאַרבעט פּלענער פֿאַר דער װײַטערדיקער אַרבעט און מען האָט דערנענטערט די פֿאָרשערס און סטודענטן צו די מאַטעריאַלן פֿון ייִװאָ. טייל פֿון זיי האָבן זיך שוין אָנגעהויבן צו לערנען ייִדיש.
אין זאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט מען דאָנערשטיק, דעם 2טן יוני געפֿײַערט דעם „ירושלים־טאָג‟, װען מען דערמאָנט דעם טאָג װען אין 1967 איז די שטאָט פֿאַראייניקט געװאָרן. אַ פֿילם האָט אַרײַנגעפֿירט דעם עולם צו די פֿײַערונגען, און אַ ספּעציעלער קאָנצערט מיט לידער און טענץ האָט דערפֿרייט דעם גרויסן עולם װאָס האָט איבערגעפֿולט דעם זאַל. כּדאי צו באַמערקן אַז אַ טייל פֿון ליד „ירושלים של זהבֿ‟ (ירושלים שטאָט פֿון גאָלד) איז געזונגען געװאָרן אויף ייִדיש.
אין ישׂראל און אַרגענטינע האָבן די אויסערן־מיניסטעריומס געמאָלדן, אַז דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתּניהו װעט באַזוכן אַרגענטינע. די דאַטע איז נאָך נישט באַשטימט געװאָרן אָבער דאָס װעט זײַן אָדער נאָך די ייִדישע ימים־טובֿים אָדער איבער אַ יאָר װען מען װעט דערמאָנען דעם אַטענטאַט אויף דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין 1992. דאָס איז אַ פּועל־יוצא פֿון די שמועסן צװישן נתּניהו און דעם אַרגענטינער פּרעזידענט מאָריציאָ מאַקרי װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען הײַיאָר אין דעם צוזאַמענפֿאָר אין דאַװאָס אין חודש יאַנואַר. דאָס װעט זײַן דער ערשטער אָפֿיציעלער באַזוך פֿון אַ ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער אין אַרגענטינע.
אין אַ ספֿרדישער סינאַגאָגע פֿון דער ייִדישער געגנט „אָנסע‟, נישט װײַט פֿון דער קהילה, איז מיטװאָך, דעם 1טן יוני, פֿאָרגעקומען אַ טרויעריקע געשעעניש װאָס װערט אויסגעפֿאָרשט פֿון דער פּאָליציי. אַן איטאַליענישער פֿונדאַמענטאַליסט האָט אַטאַקירט ייִדן אויף דער גאַס און אויף אַ הויכן קול געמאָלדן, אַז מען דאַרף װידער װאַרפֿן אַ באָמבע אויפֿן קהילה־בנין. אָנגעשטעלטע פֿון דער שול און שכנים האָבן באַלד אַרויסגערופֿן די פּאָליציי, װאָס האָט אַרעסטירט דעם מאַן. די דאַיאַ און די קהילה האָבן זיך אַרויסגעזאָגט אַז אַזעלכע אויסברוכן טאָר מען נישט פֿאַרשװײַגן און אַז מען דאַרף נעמען ערנסט אַזעלכע אַנטיסעמיטישע אַקטן.
מאָנטיק, דעם 30סטן מײַ איז געשלאָסן געװאָרן די קאָנפֿערענץ װעגן טעראָריזם און אינערלעכער זיכערקייט, װאָס די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע און דער מיניסטעריום פֿאַר נאַציאָנאַלער זיכערקייט האָבן אָרגאַניזירט אין בוענאָס־אײַרעס במשך צוויי טעג. עדואַרדאָ בוסטאַמאַנטע, פֿאַראַנטװאָרטלעכער אויף די אַרגענטינער גרענעצן, האָט רעפֿערירט אַד״ט װי מען פֿאַרטיידיקט די אַרגענטינער גרענעצן און פּונקטן, װאָס קענען זײַן אַ ציל פֿאַרן אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם. עס האָבן זיך באַטייליקט פּאַטריסיאַ בולריטש, די זיכערקייט־מיניסטאָרין; די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין דורית שבֿיט, און אַרגענטינער און ישׂראלדיקע טעכניקערס, װאָס האָבן געװיזן די מאָדערנסטע ישׂראלדיקע אַפּאַראַטן װאָס װערן אָנגעװענדט אינעם קאַמף קעגן טעראָריזם און נאַרקאָ־טראַפֿיק. אַזעלכע קאָנפֿערענצן װעלן פֿאָרקומען אין אַרגענטינע יעדע צװיי יאָר.
אין דעם זעלביקן צענטער װו עס איז פֿאָרגעקומען די קאָנפֿערענץ װעגן טעראָריזם, האָט די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע געפֿײַערט דינסטיק, דעם 31סטן מײַ, דעם טראַדיציאָנעלן לחיים פֿון יום־העצמאות. אַ פּאָר טויזנט געסט פֿון דער רעגירונג, פֿונעם פּאַרלאַמענט, יוסטיץ, זשורנאַליסטן און אַמבאַסאַדאָרן פֿון דער גאַנצער װעלט האָבן זיך געפֿרייט און געמאַכט אַ לחיים פֿאַר די 68 יאָר עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה.
דער פּרעזידענט פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס, זשאַק טערפּין, האָט באַזוכט אַרגענטינע און זיך געטראָפֿן, דעם 1טן יוני, מיט די פּרעזידענטן פֿון דער קהילה און די דאַיאַ. זיי האָבן אָנגעהויבן צוצוגרייטן דעם ערשטן לאַטײַן־אַמעריקאַנער פֿאָרום קעגן אַנטיסעמיטיזם װאָס װעט פֿאָרקומען דעם 17טן און 18טן יולי אין בוענאָס־אײַרעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.