קיין מאָסקווע איז מיטן אָפֿיציעלן וויזיט געקומען דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, בנימין נתניהו. די דעלעגאַציע האָט אויך אײַנגעשלאָסן עטלעכע מיניסטאָרן. נתניהו האָט זיך געטראָפֿן מיט פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטינען און אַרומגערעדט די מלחמה אין סיריע, די ליפֿערונגען פֿון רוסלענדישן גאַז קיין ישׂראל און אַנדערע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע פֿראַגעס, און צוזאַמען מיט פּוטינען געגעבן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ.
דער וויזיט איז געווען געווידמעט דער דאַטע, 25 יאָר נאָך דעם ווי צווישן מדינת־ישׂראל און רוסלאַנד זענען באַנײַט געוואָרן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען. אויף דער קאָנפֿערענץ איז די רייד געגאַנגען קודם־כּל וועגן די דערגרייכונגען פֿון די פֿאַרגאַנגענע 25 יאָר און די פּלענער פֿון דער בשותּפותדיקע טעטיקייט אויף די קומעדיקע 25 יאָר.
ס’איז אויך אַרומגערעדט געוואָרן די פֿראַגע פֿון רוסלענדישע פּענסיאָנירטע, וואָס האָבן עולה געווען קיין ישׂראל. די פֿון זיי וואָס זענען אַוועקגעפֿאָרן אין די 1990ער, האָבן געמוזט זיך אָפּזאָגן פֿון דער רוסלענדישער בירגערשאַפֿט און פֿון דער פּענסיע פֿון דער רוסישער רעגירונג, כאָטש זיי האָבן עטלעכע צענדליקער יאָר געאַרבעט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער ישׂראלדיקער צד האָט געבעטן די רוסישע רעגירונג, זי זאָל זיי יאָ באַצאָלן פּענסיעס, און די רוסלענדישע רעגירונג האָט מסכּים געווען. די רייד גייט פֿון אַן ערך 30 טויזנט מענטשן. נאָך אַן ערך 30 טויזנט פּענסיאָנירטע, וואָס זענען אַוועקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד שפּעטער, קענען באַקומען רוסלענדישע פּענסיעס אויך נאָך דער עליה.
צוליב דעם וויזיט זענען אין מאָסקווע אָרגאַניזירט נאָך עטלעכע געשעענישן וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער צוזאַמענאַרבעט פֿון רוסלאַנד און מדינת־ישׂראל אין פֿאַרשיידענע געביטן. דינסטיק דעם 7טן יוני האָבן בנימין נתניהו און זײַן פֿרוי זיך באַטייליקט אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער אויסשטעלונג, „ישׂראל עפֿנט אויף די טירן‟, וואָס קומט פֿאָר אין איינעם פֿון די בעסטע אויסשטעלונג־זאַלן אין צענטער מאָסקווע, דעם „מאַניעזש‟. אין דער צערעמאָניע האָבן אויך אָנטייל גענומען דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין רוסלאַנד, צבֿי חפֿץ, מיט זײַן פֿרוי און דער הויפּט פֿון דעפּאַרטאַמענט פֿון אויסן־באַציִונגען בײַ דער רוסלענדישער רעגירונג — סערגיי טשערעמין. די אויסשטעלונג וועט געדויערן ביזן 12טן יוני. עס ווערן פֿאָרגעשטעלט ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגיעס און דערגרייכונגען אין פֿאַרשיידענע ווירטשאַפֿט־געביטן; די מעגלעכקייטן וואָס מדינת־ישׂראל לייגט פֿאָר פֿאַר טוריסטן; און עס ווערן געוויזן ישׂראלדיקע פֿילמען. עטלעכע רוסיש־רעדנדיקע ספּעציאַליסטן פֿון ישׂראל זענען געקומען האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע פֿון ישׂראל, ייִדישער קולטור און העברעיִש. עס זענען אויך אָרגאַניזירט וואַרשטאַטן פֿון לערנען העברעיִש און קאָנצערטן פֿון ישׂראלדיקע זינגער. דער אײַנטריט צו דער אויסשטעלונג איז פֿרײַ.
צו די אַנדערע נײַעס: אין דער גרויסער מאָסקווער כאָרשיל איז מען ממשיך מיט די פֿײַערלעכע אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם יוביליי פֿון דער שיל — 110 יאָר. דעם זונטיק, דעם 5טן יוני, איז אין דער שיל פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט. דער הויפּטגאַסט איז געווען דער טשערנאָבילער רבי. אַחוץ אים זענען געקומען אויך פֿאַרטרעטער פֿון מערערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס — דעם רוסלענדישן און אייראָ־אַזיאַטישן ייִׅדישן קאָנגרעס, דער קאָנגרעס פֿון בוכאַרער ייִדן, דעם סוכנות און אַנדערע. די פּראָגראַם האָט אײַנגעשלאָסן אַ קאָנצערט און אַ קידוש.
דער פּראָיעקט אשכּולות האָט אָרגאַניזירט אַ באַגעגענישן מיטן נאָמען „דער גוף און די שפּראַך‟. אַ לינגוויסט האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם ווי מענטשלעכע שפּראַכן, בתוכם לשון־קודש, באַשרײַבן דעם גוף, און אַ כאָרעאָגראַפֿישער דועט האָט דערציילט וועגן דער שפּראַך פֿונעם גוף (פּאָזעס, זשעסטן און אַזוי ווײַטער) און פֿאָרגעשטעלט אַ קורצע טאַנץ־אימפּראָוויזאַציע.
און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט: אין מאָסקווער נײַעם ייִדישן מוזיי איז די טעג אין ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג וועגן חסידות אָרגאַניזירט אַ ציקל רעפֿעראַטן „דאָס פֿריִע חסידות: די געשיכטע און די לערע‟. די רעפֿעראַטן האַלט דער גרעסטער רוסיש־רעדנדיקער קענער פֿון חסידות, דער היסטאָריקער פֿון קיִעוו — פּראָפֿעסאָר איגאָר טוראָוו.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.