די שיסערײַ אין צענטער תּל־אָבֿיבֿ מיטוואָך אָוונט איז געווען דער ערשטער טייטלעכער אַטאַק אין ישׂראל במשך פֿון די לעצטע דרײַ חדשים.
פֿיר ישׂראלים זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם ברוטאַלן אַטאַק: מיכאל פֿייגה, אַן 58־יאָריקער פּראָפֿעסאָר פֿון ישׂראל־שטודיעס אין בן־גוריון אוניווערסיטעט; עידו בן ארי, 42 יאָר, פֿון רמת־גן; מילה מישאַיעוו, 33 יאָר, פֿון אַשקלון, און אילנה נווה, 39 יאָר פֿון תּל־אָבֿיבֿ.
דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען אינעם מאַרק „שרונה‟ — אַ קאָמערציעלער צענטער פֿון עלעגאַנטע קליידער־געוועלבן און רעסטאָראַנען. אין פֿאַרגלײַך מיט פֿריִערדיקע אַטאַקן דורכגעפֿירט פֿון יחידים (די אַזוי גערופֿענע „איינצלנע וואָלף־אַטאַקן‟), וווּ מע האָט געניצט מעסערס, האָבן די איצטיקע אַטאַקירער געניצט שיס־געווער. אַ פּנים, צוליב דעם הויכן פּרײַז פֿון געווער אין די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, האָבן ביידע טעראָריסטן געניצט אימפּראָוויזירטע ביקסן, אויפֿן מוסטער פֿון דער שוועדיש־געמאַכטער „קאַרל גוסטאַוו‟־ביקס, וואָס מע פֿלעגט אָפֿט ניצן אין די 1950ער און 60ער יאָרן, און ווערט בײַ די הײַנטיקע פּאַלעסטינער גערופֿן די „קאַרלאָ‟, האָט דער „האָרץ‟־קאָלומניסט עמוס הר־אל דערקלערט אין אַ מיינונג־אַרטיקל.
ווי עס זעט אויס, איז עס פֿאָרט געווען אַן אָרגאַניזירטער אַטאַק. צוויי טעראָריסטן האָבן קאָלאַבאָרירט, כּדי צו געפֿינען אַ „פּאַסיקן‟ ציל אין דער גרינער ליניע, און אַ דריטער האָט זיי באַזאָרגט מיט אַ טראַנספּאָרט־מיטל צו קומען אַהין — וויסנדיק אָדער נישט־וויסנדיק זייערע פּלענער. אויפֿן סמך פֿון די עדות, האָבן די טעראָריסטן אויך געטראָגן געוויסע קליידער, וואָס האָבן זיי דערמעגלעכט זיך בעסער אַרײַנצופּאַסן אינעם געזעמל מענטשן אויף דער גאַס.
דאָס מיינט אָבער נישט, אַז די טעראָריסטן האָבן געדינט אַן אָרגאַניזירטע טעראָריסטישע גרופּע. דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר, למשל, איז אַ גרענעץ־פּאָליציאַנטקע דערהרגעט געוואָרן דורך אַ שיסערײַ בײַם דמשׂק־טויער אין דער אַלטער שטאָט אין ירושלים. די טעראָריסטן אין יענעם אַטאַק האָבן אויך געניצט „קאַרלאָ‟־ביקסן, אָבער זיי זענען נישט געווען אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַ טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע.
דער איצטיקער אַטאַק איז געווען דער ערשטער פֿונעם חודש ראַמאַדאַן, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן די וואָך. אין פֿריִערדיקע יאָרן איז די שטימונג אין די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס בעת דעם ראַמאַדאַן געווען אַן אָנגעשטרענגטע — אַ מצבֿ, וואָס האָט דעמאָלט אויך דערפֿירט צו טעראָריסטישע אַטאַקן. ס׳איז קלאָר, אַז דער איצטיקער מאָרד פֿון פֿיר ישׂראלדיקע ציווילע לײַט אינעם האַרץ פֿון ישׂראל וועא באַצייכנט ווערן ווי אַ נצחון בײַ די פּאַלעסטינער, וואָס שטיצן טעראָר, און קאָן נאָך איבערצײַגן אַנדערע צו טאָן דאָס זעלבע.
דאָס איז אויך דער ערשטער טעסט פֿאַרן נײַעם ישׂראלדיקן שוץ־מיניסטער, אַבֿיגור ליבערמאַן, וועלכער האָט, ביז זײַן אומקערן זיך צום קאַבינעט פֿאַראַכטאָגן, אויסגעדריקט אַגרעסיווע מיינונגען און קריטיקירט דעם פֿריִערדיקן שוץ־מיניסטער משה יעלון נאָך ענלעכע אינצידענטן. איצט אָבער אַז ער אַליין טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר באַשיצן די ישׂראלים, וועט האַרבע רעטאָריק נישט זײַן גענוג.
„די ירידה פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים איז אַ רעזולטאַט פֿון דער האָרעוואַניע פֿון די צה״ל־כּוחות און ׳שין־בית׳; פֿון דעם וואָס מע האָט אויסגעמיטן קאָלעקטיווע שטראָפֿמיטלען אין די פּאַלעסטינער שטחים, און פֿון דער זיכערהייט־צוזאַמענאַרבעט צווישן די ישׂראלדיקע און די פּאַלעסטינער זיכערהייט־כּוחות,‟ שרײַבט הר־אל. „דאָס איז אָבער אַ דעליקאַטער באַלאַנס, וואָס קאָן גרינג צעטרענצלט ווערן דורך ספּאָנטאַנע, אומאַחריותדיקע דעקלאַראַציעס. במשך פֿון די קומעדיקע טעג, וועט קלאָר ווערן, צי ליבערמאַנס פּאָליטיק איז ממשותדיק אַנדערש ווי די פּאָליטיק פֿונעם פֿריִערדיקן שוץ־מיניסטער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.