צום זעקסטן מאָל האָבן די 7 שילן אין קוזמיר, דעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון קראָקע, געעפֿנט זייערע טירן פֿאַר אַלעמען לכּבֿוד „דער נאַכט פֿון די שילן‟. דער „מיני־פֿעסטיוואַל‟ צילט זיך צו פֿאַרשטאַרקן די שטאָלצקייט פֿון די פּוילישע ייִדן און לאָזן דעם ברייטערן עולם וויסן מער וועגן דער ייִדישער געשיכטע און קולטור.
יעדע שיל — פֿון דער אַלטער גאָטישער סינאַגאָגע (הײַנט אַ ייִדישע מוזיי), ביז דער שיין־באַפּוצטער „טעמפּל‟־שיל, וואָס דינט עד־היום ווי אַ בית־תּפֿילה — האָט געוויזן אַ פֿילם, געהאַט אַן אויסשטעלונג, און פֿאָרגעשטעלט אַ קאָנצערט אָדער אַן אַנדער געשעעניש, וואָס האָט געלערנט וועגן דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור אין פּוילן און איבער דער וועלט.
„די וויכטיקסטע זאַך איז אַז דאָס איז אַן אָפֿענע אַקטיוויטעט פֿאַר אַלעמען, וואָס ווערט אָנגעפֿירט דורך ייִדן‟, האָט געזאָגט קאַרינע סאָקאָלאָווסקע, די דירעקטאָרשע פֿונעם „דזשוינט‟ אין פּוילן.
די ערשטע „נאַכט פֿון די שילן‟ איז פֿאָרגעקומען אין 2011. דאָס יערלעכע געשעעניש, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורכן אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער, דער ייִדישער קהילה פֿון קראָקע און דער רעליגיעזער קהילה פֿון קראָקאָווער ייִדן, הייבט זיך אָן מיט אַ הבֿדלה־צערעמאָניע אויפֿן דאַך פֿון דער קהילה־צענטער. נאָך הבֿדלה, אַרום 10:30 בײַנאַכט, באַזוכן טויזנטער מענטשן די 7 שילן ביז דער שפּעטער נאַכט אַרײַן. די אָרגאַניזירער האָבן איבערגעגעבן, אַז די הײַיאָריקע הבֿדלה־צערעמאָניע האָט צוגעצויגן איבער 1,400 מענטשן.
„באַזוכט און האָט הנאה פֿון די שילן‟, האָט יונתן אָרנשטיין, דער עזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער JCC געזאָגט דעם עולם. „די ייִדישע קולטור־ירושה פֿון קראָקע געהערט ניט בלויז צו די ייִדן, נאָר צו אַלעמען. זײַט שטאָלץ מיט איר ווי קראָקאָווער תּושבֿים‟.
געוויסע באַזוכער, ווי נאַטאַליע גיעזשמע, 23, וואָס איז ניט קיין ייִד, זענען ספּעציעל געקומען כּדי צו באַזוכן די שילן. אַנדערע זענען צופֿעליק געקומען, ווײַל די געגנט איז זייער „היפּ‟ און זיי האָבן געזען די פֿײַערונגען בעת זיי האָבן פֿאַרבראַכט אין די קרעטשמעס, קאַפֿעען אָדער נאַכט־לאָקאַלן.
„מיר זענען סתּם אַרויסגעגאַנגען טרינקען אַ ביר און האָבן געטראַכט, פֿאַר וואָס ניט?‟, האָט געזאָגט מאַטעוס, 22, וואָס איז געגאַנגען מיט אַ גרופּע חבֿרים באַזוכן די באַקאַנטע באַראָקישע „איזאַק־שיל‟ נאָך איינס אין דער פֿרי.
די „איזאַק־שיל‟, וואָס מע האָט געבויט אינעם 17טן יאָרהונדערט, האָט אָרגאַניזירט אַן אויסשטעלונג געווידמעט די עטיאָפּישע ייִדן און סערווירט אַ כּיבוד פֿון כומוס און פּיטע. מאַטעוס האָט דערקלערט, אַז כאָטש ער איז ניט קיין ייִד אָדער קאַטויל, מיינט ער אַז זײַן משפּחה האָט ייִדישע וואָרצלען. „איך האָב פֿריִער באַזוכט אַנדערע שילן אָבער דאָס איז מײַן ערשטער באַזוך אינעם ׳איזאַק־שיל׳׳׳, האָט ער דערקלערט.
וואָלונטירן האָבן געהאָלפֿן אויסצוטיילן יאַרמלקעס צו די מענער און האָבן גענומען אַ חשבון פֿון וויפֿל געסט האָבן באַזוכט יעדע שיל. ס׳רובֿ פֿון די וואָלונטירן זענען ניט געווען קיין ייִדן און לויט סאָלאָווסקע, די דירעקטאָרשע פֿונעם „דזשוינט‟ אין פּוילן, זענען געוויסע וואָלונטירן געקומען אַזש פֿון שטעטשין, וואָס געפֿינט זיך הונדערטער מײַלן אַוועק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.