אין דער אינדישער שטאָט קאָטשין האָט די „קאַדאַוווּמבאַגאַם־שיל‟, וואָס איז אַלט כּמעט 900 יאָר, לעצטנס אָפּגעהאַלטן איר ערשטע קבלת־שבת אין מער ווי 40 יאָר — אָבער ס׳וועט מסתּמא אויך זײַן דאָס לעצטע מאָל, וואָס מע קומט אַהין דאַווענען, ווײַל ס׳רובֿ פֿון די מיטגלידער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה האָבן שוין עולה געווען קיין ישׂראל.
„ס׳איז אַ טרויעריקע זאַך, ווען ס׳פֿאַרשווינדט אַ קהילה,‟ האָט באַמערקט יהושע סיוון, וועלכער איז געקומען פֿון ישׂראל, צוליב דער געשעעניש. „עס פֿרייט עס מיך וואָס נאָך די אַלע יאָרן אין גלות, בין איך אַן עדות, ווי די ייִדן קערן זיך אום קיין ארץ־ישׂראל. ס׳איז אָבער וויכטיק צו זען ווי אַזוי דאָס לעבן האָט דאָ אַמאָל אויסגעזען.‟
די אַלטע ייִדישע קהילה אויפֿן מאַלאַבאַר־ברעג אין אינדיע איז געגרינדעט געוואָרן נאָך אין די צײַטן פֿונעם אוראַלטן בשׂמים־האַנדל, וואָס האָט צוגעצויגן סוחרים, אַרײַנגערעכנט ייִדישע, פֿון איבערן ים. אין די ערשטע יאָרן זענען געקומען ייִדן פֿון תּימן און מעסאָפּאָטאַם; נאָך 1492 זענען צוגעקומען ייִדישע הענדלער פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל.
אָבער אין די 1950ער האָבן די מאַלאַבאַרי־ייִדן אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן אינדיע, כּדי עולה צו זײַן קיין ישׂראל. די אַלטע בית־עולמס האָט מען איבערגעגעבן די מוניציפּאַליטעטן, און ווי אַ רעזולטאַט זענען אַ סך פֿון זיי פֿאַרוואָרלאָזט געוואָרן.
„דער ייִנגערער דור מעג וויסן, אַז ס׳האָט דאָ אַ מאָל געבליט אַ ייִדישע קהילה,‟ האָט באַמערקט ק. קאַרמאַטשאַנדראַן, אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר, וואָס פֿירט איצט אָן מיט אַ קאָמיטעט אויפֿצוהאַלטן די אָרטיקע היסטאָרישע ערטער. „איינע פֿון די גרעסטע טענות וואָס מע האָט צו אינדיע איז די רעליגיעזע אומטאָלעראַנץ צווישן געוויסע טיילן פֿון דער געזעלשאַפֿט. דער פֿאַקט, וואָס אַ ייִדישע קהילה האָט אַזוי פֿיל יאָרן געקענט עקזיסטירן אין אינדיע איז געווען, פֿאַרקערט, אַ מוסטער פֿון טאָלעראַנץ.‟
ס׳רובֿ היסטאָריקער זענען מסכּים, אַז אין אינדיע האָבן די ייִדן געלעבט בשלום מיט זייערע נישט־ייִדישע שכנים. „די הערשער האָבן נישט געשטערט די ייִדן זיך אויסצולעבן דורך זייער אייגענער קולטור און רעליגיע,‟ האָט קאַרמאַטשאַנדראַן געזאָגט בעת אַ טור פֿון אַ צווייטער שיל אינעם שטעטל מאַלאַ.
אין קאָטשין זענען הײַנט פֿאַרבליבן בלויז 30 ייִדן. איינער איז עליאַס יאָסעפֿײ, דער 60־יאָריקער שמשׂ פֿון דער שיל. ער פֿירט אָן מיט אַ גאָרטן און אַ געשעפֿט פֿון אַקוואַריום־מכשירים, אויפֿן אָרט וווּ קינדער האָבן אַמאָל געלערנט תּורה. די ספֿרי־תּורה האָט מען מיט יאָרן צוריק אַוועקגעשאָנקען אַ מוזיי אין ישׂראל.
אַרי גרינספּאַן, אַ ברוקלין־געבוירענער ייִד, וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, איז דער וואס האָט אָרגאַניזירט דעם ספּעציעלן קבלת־שבת אין דער „קאַדאַוווּמבאַגאַם־שיל‟. בעת אַ וואַקאַציע אין אינדיע פֿאַראַיאָרן, האָט ער געהערט ווי עמעצער זאָגט, אַז מע האָט נישט געדאַוונט אין יענער שיל זינט 1972, האָט ער דעמאָלט אָפּגעמאַכט בײַ זיך, אַז ער וועט זיך אומקערן מיט אַ מנין.
צוזאַמען מיטן „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟ אין אַמעריקע, האָט גרינשפּאַן אָרגאַניזירט אַ טור איבער די אינדישע ייִדישע קהילות. צום סוף האָבן זיך אינעם טור אָנגעשלאָסן 35 מענטשן, ס׳רובֿ פֿון זיי פֿון אַמעריקע און ישׂראל.
יאָסעפֿיי האָט זיך געפֿרייט וועגן דעם כּבֿוד, וואָס מע גיט אָפּ די שיל, אָבער ער האָט שוין אויך אָנגעהויבן קלערן, אַז אין פֿיר יאָר אַרום, ווען ער פּענסיאָנירט, וועט ער זיך אַליין באַזעצן אין ישׂראל. „ווען ער פֿאָרט אַוועק, וועט זיך טאַקע שליסן די קהילה,‟ האָט גרינשפּאַן געזאָגט. „דער סוף פֿון צוויי טויזנט יאָר פֿון קאָטשין.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.