די „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור אויפֿן נאָמען פֿון בנימין שעכטער‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז זי נעמט איצט אָן אַפּליקאַציעס פֿון מענטשן, וואָס ווילן באַקומען פֿינאַציעלע שטיצע פֿאַר זייערע פּראָיעקטן לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך.
די אָרגאַניזאַציע וויל אונטערשטיצן פּראָיעקטן וואָס זענען „גוט אויסגעקלערט‟ און וואָס וועלן מוטיקן מענטשן צו רעדן, לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש. די סובסידיעס, וואָס באַטרעפֿן צווישן $1,000 און $3,000 דאָלאַר, האָבן פֿריִער אונטערגעשטיצט אַזעלכע פּראָיעקטן ווי אַ ייִדיש־שפּראַכיק ווערטערבוך, די „ייִדיש־וואָך‟, ייִדיש־קלאַסן אויף דער אינטערנעץ, און לערנביכער.
די וואָס ווילן אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע (ביזן 17טן יוני) מוזן געבן אַ קיצור פֿונעם פּראָיעקט, ווי אויך די נעמען און קורצע ביאָגראַפֿיעס פֿון זײַנע אָנפֿירער. מע בעט אויך, אַז די אַפּליקאַנטן זאָלן אָנווײַזן די סומע געלט וואָס מע וויל באַקומען און צושטעלן אַ בודזשעט פֿונעם פּראָיעקט, וואָס רעכנט אַרײַן אַנדערע מעגלעכע קוואַלן פֿון געלט. די אַפּליקאַציעס מוזן געשריבן ווערן אין גאַנצן אויף ייִדיש.
פֿאַראינטערעסירטע זאָלן אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע אויף rukhls@gmail.com.
די „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור אויפֿן נאָמען פֿון בנימין שעכטער‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1968 דורך מרדכי און טשאַרנע שעכטער ז׳׳ל לזכר דעם אָנדענק פֿון מרדכיס פֿאָטער בנימין. בנימין שעטכער איז געווען אַ פֿאַרברענטער ייִדישיסט, וואָס האָט ממש „עולה־רגל‟ געווען, כּדי צו קענען בײַזײַן אויף דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין 1908. אַחוצן אונטערשטיצן די פּראָיעקטן פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס און יחידים האָט די „בנימין שעכטער־פֿונדאַציע‟ אויך אַרויסגעלאָזט אירע אייגענע פּובליקאַציעס, אַרײַנגערעכנט טערמינאָלאָגישע וועגווײַזערס אויף אַזעלכע געביטן ווי עסן, אויפֿהאָדעווען קינדער, געוויקסן, ווי אויך קאָנספּעקטן פֿאַר קורסן וועגן דער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע. אַ סך פֿון די דאָזיקע אויסגאַבעס האָט מען שפּעטער אַרויסגעלאָזט דורך דער „ייִדיש־ליגע‟ אין פֿאַרגרעסערטע אויפֿלאַגעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.