עסרטײַכישע באַאַמטע האָבן לעצטנס געזאָגט, אַז מע וועט אפֿשר אַראָפּרײַסן דאָס הויז, וווּ אַדאָלף היטלער איז געבוירן געוואָרן אויס מורא, אַז נאַציס וועלן עס פֿאַרוואַנדלען אין אַן אָרט, וווּ מע קען „אָפּגעבן כּבֿוד‟ דעם נאַצישן פֿירער.
שוין זינט 2011 וווינט אָדער אַרבעט קיינער ניט אינעם הויז, וואָס געפֿינט זיך אינעם שטעטל בראַונאַו־אַם־אין, האַרט לעבן דער דײַטשישער גרענעץ, וווּ היטלער איז געבוירן געוואָרן אין אַפּריל 1889. די עסטרײַכישע רעגירונג באַצאָלט די איינגטימערין גערלינד פּאָמער דירה־געלט, כּדי זי זאָל ניט אָננעמען קיין לאָקאַטאָרן. איר משפּחה, וואָס פֿאַרמאָגט שוין דאָס הויז מער ווי הונדערט יאָר, האָט עס צוריקבאַקומען נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די משפּחה איז געווען געטרײַ די נאַציס. די דעמאָלטיקע עסטרײַכישע באַאַמטע האָבן געוואָלט דעמאָלירן דאָס הויז אָבער אַנשטאָט דעם האָט מען באַשלאָסן צו שאַפֿן אַן אַנטיפֿאַסיסטישן דענקמאָל פּונקט פֿאַרן בנין.
גערלינד פּאָמער, די הײַנטיקע אייגנטימערין, וויל בשום־אופֿן ניט פֿאַרקויפֿן דעם בנין צו דער רעגירונג און געוויסע באַאַמטע האָבן געזאָגט דער צײַטונג „דיילי מייל‟, אַז מע וואָלט געדאַרפֿט פּשוט צונעמען בײַ איר דעם בנין און אים צעשטערן. מע ווייסט ניט, אָבער, צי דאָס וואָלט געווען לעגאַל. אַ גרופּע אַדוואָקאַטן און היסטאָריקער וועלן זיך אין גיכן צוזאַמענקומען, כּדי אַרומצורעדן פֿאַרשידענע לייזונגען. איין מעגלעכקייט איז אַז מע וועט פּרובירן צו מאַכן אַ ספּעציעל געזעץ, וואָס וואָלט דערלאָזט, אַז די רעגירונג זאָל צונעמען דעם בנין פֿון דער אייגנטימערין, אָן דעם, אַז דאָס געזעץ זאָל זײַן חל אויף אַנדערע געבײַדעס.
איידער דער בנין איז געבליבן ליידיק האָט ער געדינט ווי אַ צענטער פֿאַר צוריקגעשטאַנענע מענטשן. די רעגירונג דערלאָזט ניט, אַז מע זאָל דאָרטן שאַפֿן קיין שום מוזיי אָדער היסטאָרישע אויסשטעלונג. ניט געקוקט אויף דעם, אָבער, האָט מען דעם חשד, אַז עס פֿאַרזאַמלען זיך אַ מאָל באַהאַלטענערהייט נאַצי־שטיצער. מע קומט צום הויז ווי אַ מין פּילגרים־נסיעה צוליב דעם, וואָס כּמעט אַלע אַנדערע ערטער וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט היטלערן זענען שוין פֿון לאַנג צעשטערט געוואָרן. אַז דער דיקטאַטור האָט ניט קיין קבֿר, איז דאָס לאָגישסטע אָרט פֿאַר זײַנע אָנהענגער אים „אָפּצוגעבן כּבֿוד‟, אַ פּנים, דאָס הויז, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.