אַ האַוואַנער ליבע־געשיכטע אויף ייִדיש

A Havana Yiddish Love Story


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 16, 2016, issue of June 25, 2016.

ס׳רובֿ קינדער פֿון ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן אין אַמעריקע האָבן אויפֿגעהערט צו רעדן ייִדיש נאָך דעם וואָס זיי האָבן פֿאַרלאָזט די היים. ראובֿן (רובי) שילער וואָלט מסתּמא געווען איינער פֿון זיי ווען ער וואָלט ניט געפֿאָרן אויף וואַקאַציע קיין קובע אין 1942.

דאָרטן האָט ער זיך געטראָפֿן מיט זײַן צוקונפֿטדיקער פֿרוי איזאַבעל, אַ ייִדיש מיידל, וואָס איז געקומען פֿון קאָוועל, פּוילן (הײַנט אוקראַיִנע) אין 1930. צוליב דעם וואָס רובי האָט ניט געקענט קיין שפּאַניש און איזאבעל האָט ניט געקענט קיין ענגליש, האָבן די צוויי געקענט שמועסן בלויז אויף ייִדיש. נאָך אַ ראָמאַנס אין האַוואַנע האָט דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק זיך אַריבערגעצויגן קיין ניו־יאָרק, וווּ עס האָט שוין געוווינט איזאַבעלס שוועסטער און ראובֿנס עלטערן.

די איבערלעבונגען פֿונעם פּאָרל ווערן דערציילט אינעם נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם „אַזוי איז געשען אין האַוואַנע: אַ ייִדיש ליבע־געשיכטע‟, וואָס עס האָט געשאַפֿן זייער טאָכטער דזשודי שילער. דער בראשית פֿונעם פֿילם איז געווען אַ פֿילמירטער אינטערוויו, וואָס זי האָט געמאַכט מיט אירע עלטערן אין זייער דירה אין פֿאָרעסט־הילס, קווינס אין 2005. דעמאָלט האָט איר פֿאָטער דערציילט וועגן זײַן לעבן אין מאַנהעטן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, און איר מאַמע האָט דערציילט וועגן איר קינדהייט אין פּוילן און אירע אײַנדרוקן פֿון קובע ווען זי איז אָנגעקומען. אין קובע האָט איזאַבעל שילער זיך באַזעצט אין אַ קליין שטעטל סאַנטאָ־דאָמינגאָ, וווּ עס האָבן ניט געוווינט קיין אַנדערע ייִדן. אירע עלטערן זענען אָנגעקומען אין קובע, ווײַל זיי האָבן ניט געקענט באַקומען די נייטיקע וויזע זיך צו באַזעצן אין אַמעריקע.

אין קובע האָט די משפּחה געלעבט אין אַ געוויסן לוקסוס אין פֿאַרגלײַך מיטן לעבן וואָס זיי האָבן פֿאַרלאָזט אין פּוילן. איזאַבעל האָט געהאַט אַ נאַניע און אירע עלטערן האָבן אָנגעשטעלט אַ קעכערין און אַ דינסט־מויד. דאָרטן האָבן זיי אויך ניט געטראָפֿן קיין אַנטיסעמיטיזם, כאָטש זיי האָבן יאָ געזען, ווי די געזעלשאַפֿט איז געווען ראַסיסטיש געשטימט קעגן די קובאַנער פֿון אַפֿריקאַנער אָפּשטאַם.

אַ חודש נאָך דעם, וואָס דזשודי שילער האָט געמאַכט דעם אינטערוויו מיט אירע עלטערן האָט איר פֿאָטער געליטן אַ ריזיקן מוח־אַטאַק און האָט מער ניט געקענט פֿרײַ רעדן. דזשודי האָט במשך פֿון די קומענדיקע 8 יאָר געאַרבעט אויפֿן פֿילם, זוכנדיק אַלטע בילדער און אַנדערע מאַטעריאַלן צו באַגלייטן דעם אינטערוויו מיט אירע עלטערן. דער פֿילם, פֿון 30 מינוט, האָט מען לעצטנס געוויזן אין פֿאַרשידענע פֿעסטיוואַלן איבער אַמעריקע, ווי אויך אויף דער עפֿנטלעכער טעלעוויזיע (PBS) אין ניו־יאָרק.

מע קען זען דעם גאַנצן דאָקומענטאַר דאָ: