אַ זאַמלונג פֿון צוואָנציק דערציילונגען אויף ייִדיש וועגן דעם לעבן פֿון די אַמאָליקע ייִדן אין וואַרשע איז לעצטנס איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש און פּובליקירט געוואָרן אין בוך־פֿאָרעם.
דער מחבר פֿון די דערציילונגען איז פֿרוים קאַגאַנאָווסקי (1893־1958) — איינער פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע שרײַבער פֿון זײַן צײַט, און איינער פֿון די ערשטע צו שילדערן דאָס ייִדישע לעבן אין דער גרויסער שטאָט אַנשטאָט אינעם שטעטל.
די מעשׂיות אין דער קאָלעקציע, Jewish Warsaw Between the Wars, זענען איבערגעזעצט געוואָרן דורך ברכה ב. ווײַנגראָד און שילדערן אַ תּקופֿה פֿון גרויסע שינויים אינעם לעבן־שטייגער און געדאַנקענגאַנג פֿון די ייִדן אין פּוילן. דאָ געפֿינט מען באַשרײַבונגען פֿון ערשטע ליבעס, און אַפֿילו סעקסועלע דערוועקונגען בײַ יונגע לײַט; דאָס געראַנגל צווישן רעליגיעזע און סעקולערע ווערטן; אַרײַנדרינגונגען אין די מחשבֿות פֿון עלטערע לײַט, און אויך הומאָר.
קאַגאַנאָווסקי האָט אויך לעבעדיק באַשריבן דעם צוגאַנג פֿון די אָרעמע לײַט ווי אויך פֿונעם מיטעלן קלאַס צו ייִדן און גויים. נאָכן חורבן האָט דער ייִדישער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין באַצייכנט קאַגאַנאָווסקי ווי דער לעצטער יורש פֿון י. ל. פּרצן. זײַנע דערציילונגען, האָט גלאַטשטיין געשריבן, זענען „וויכטיקע דאָקומענטן — נישט בלויז צוליב זייער ליטעראַרישן ווערט, נאָר אויך ווי אַ ווירקלעך יזכּור־בוך פֿון אַ פֿאַרלוירענעם דור‟.
קאַגאַנאָווסקי איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, און האָט צו 16 יאָר פּובליקירט זײַן ערשטע דערציילונג, „בײַ נאַכט‟ אין דער וואָכנשריפֿט, „טעאַטער וועלט‟. אינעם זעלבן יאָר האָט ער זיך באַקענט מיט פּרצן, וואָס האָט אַרײַנגענומען אַ צווייטע דערציילונג פֿונעם בחור, „אין דער אַלטער מיל‟ אין אַ ליטעראַרישער אַנטאָלאָגיע, „ייִדיש‟ (1910).
קאַגאַנאָווסקי איז געוואָרן איינער פֿון אַ גרופּע יונגע שרײַבער אין וואַרשע. פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ גרויסע צאָל דערציילונגען אין אַ ריי זשורנאַלן, און זײַן ערשטע זאַמלונג מעשׂיות, „מיידלעך‟ (1914). צווישן 1928 און 1931 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן סעריעס דערציילונגען וועגן דעם ייִדישן לעבן אין וואַרשע פֿאַר דער טאָגצײַטונג „אונדזער עקספּרעס‟, און אין 1932 האָט ער געוווּנען אַ ליטעראַרישן פּריז פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער קהילה.
נאָך פּרטים וועגן דעם בוך גייט צו: www.createspace.com/6033184
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.