ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

דער נײַער פּערואַנער פּרעזידענט קוטשינסקי
Getty Images
דער נײַער פּערואַנער פּרעזידענט קוטשינסקי

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published June 16, 2016, issue of June 25, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

באַקאַנטער פֿאַרמעגלעכער ייִד ווערט אויסגעפֿאָרשט אין שײַכות מיט פּראָסטיטוציע־רינג

אַן אויספֿאָרשונג פֿון דער פּאָליציי, און די אינטערװענץ פֿון דעם ריכטער לויִס ראָדריגעז, האָט פֿעסטגעשטעלט אַז אין פֿינף אַדרעסן פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס פֿונקציאָנירן הײַזלעך, װוּ 19 פֿרויען באַטייליקן זיך אין פּראָסטיטוציע־אַקטיװיטעטן.

דאָס װאָלט געװען אַ פּאָליציי־ידיעה װאָס װאָלט גערופֿן די אויפֿמערקזאַמקייט אָבער אַ טייל פֿון דער פּרעסע האָט זי פֿאַרװאַנדלט אין אַן אַנטיסעמיטישער נײַעס װאָס דעקט־אויף געשפּענסטן פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט. דער באַלעבאָס פֿון די געבײַדעס איז דניאל אָלקעניצקי, אַ באַקאַנטער פֿאַרמעגלעכער ייִד פֿון אונדזער עולם, װאָס פֿאַרנעמט בכּבֿודיקע פּאָזיציעס אין דער קהילה, שטיצט ייִדישע און נישט־ייִדישע אינסטיטוציעס, האָט פֿאַרנומען אַמטן אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, האָט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם און אַ צײַטונג און איז אַליין אַן אַדװאָקאַט װאָס האָט באַקומען זײַן פֿאַרמעגן פֿונעם טאַטנס ירושה, װאָס איז פֿאַרגרעסערט געװאָרן מיט זײַנע פֿינאַנציעלע טעטיקייטן און אַ פֿאַרצװײַגטער בוי־אינדוסטריע.

„אַ ייִדישער אַלפֿאָנס, אַ מיטגליד פֿון דער קהילה, זעצט פֿאָר מיט די טעטיקייטן פֿון די טמאים‟; „׳צבֿי מיגדל׳ באַנײַט די אַקטיװיטעטן‟, זײַנען געװען די צײַטונג־קעפּלעך, און אויך: „דאָס געלט פֿון נישט־לעגאַלע געשעפֿטן איז אינװעסטירט געװאָרן אין בנינים, און מיט װוילטעטיקייט האָט מען געװאָלט פֿאַרדעקן פּראָסטיטוציע‟.

דערװײַל פֿאָרשט מען דעם ענין, אָבער אַ טייל פֿון דער פּרעסע האָט שוין אַרויסגעגעבן איר פּסק־דין. אמת איז אַז װען די ערשטע אימיגראַנטן קיין אַרגענטינע זײַנען אָנגעקומען אין דער הויפּטשטאָט האָט דאָ פֿונקציאָנירט אַ װעלטנעץ פֿון ייִדישע אַלפֿאָנסן מיט אָפּצװײַגן אויך אין אורוגװײַ, בראַזיל, דרום־אַפֿריקע, אויסטראַליע און אַפֿילו אין אינדיע. דאָס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין די ייִדישע אייראָפּעיִשע צײַטונגען אויף רוסיש, ייִדיש און העברעיִש, און אַפֿילו שלום־עליכם האָט דאָס אָפּגעשפּיגלט אין זײַן „אַ מענטש פֿון בוענאָס־אײַרעס‟ פֿון 1909. װײַל דער ייִשובֿ האָט זיי אַרויסגעשטויסן פֿון ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, האָבן זיי געבויט אייגענע בית־עלמינס און זײַנען דעפֿיניטיװ אָפּגעמעקט געוואָרן פֿון אַרגענטינער לעבן, װען פּראָסטיטוציע, װאָס איז געװען לעגאַל, איז דערקלערט געװאָרן װי נישט־לעגאַל אַין 1930.

פֿאַר װאָס פֿאַרבינדט מען נאָך אַלץ ביזן הײַנטיקן טאָג ייִדן מיט פּראָסטיטוציע? װײַל װען איטאַליענער, שפּאַניאָלן און פֿראַנצויזן און אַפֿילו די קאַטוילישע קירכע האָבן פֿאַרשװיגן און גענאָסן פֿון די געלטער פֿון דער פּראָסטיטוציע אין אַרגענטינע, האָט דער ייִשובֿ זיי אַרויסגעשטויסן און אַרײַנגעװאָרפֿן אין חרם, באַקומט זיך אַזוי אַרום אַז נאָר ייִדן האָבן אָנגעפֿירט מיט דער שענדלעכער אַקטיװיטעט.

אין 2009 האָט מען אין אַ דירה װאָס דער ריכטער פֿון העכטן געריכט, ראַול זאַפֿאַראָני האָט פֿאַרדונגען, אויך געהאַט געפֿונען פּראָסטיטוטקעס װאָס האָבן געאַרבעט. דאָס האָט מען צו־נישט געמאַכט מיטן אויסרייד אַז ער האָט װעגן דעם גאָר נישט געװוּסט. איצט, װען די גאַנצע זאַך איז נאָך נישט פֿעסטגעשטעלט געװאָרן און אַז דניאל אָלקעניצקי האָט דערװײַל נישט געהאַט די מעגלעכקייט זיך אַרויסצוזאָגן װעגן דעם, האָט מען אים שוין באַשמוצט, און באַשמוצט אויך דעם גאַנצן ייִשובֿ.


איז דער נײַער פּערואַנער פּרעזידענט קוטשינסקי טאַקע אַ ייִד?

אין פּערו זײַנען פֿאָרגעקומען די װאַלן, און פּעדראָ פּאַבלאָ קוטשינסקי איז אויסגעװײַלט געװאָרן װי דער נײַער פּרעזידענט. ער האָט באַקומען 50.12% פֿון די שטימען און באַזיגט קעיקאָ פֿוזשימאָרי, די טאָכטער פֿון געװעזענעם פּרעזידענט װאָס זיצט אין תּפֿיסה איבער קאָרופּציע; זי האָט באַקומען 49.87%. אין לימאַ האָט מען בעתן װאַלקאַמפּיין גערעדט װעגן אַ פֿאַרמעסט צװישן אַ זון פֿון ייִדישע אימגראַנטן און אַ טאָכטער פֿון יאַפּאַנישע אימיגראַנטן.

די פֿראַגע איז אָבער צי מען קען פֿאַררעכענען קוטשינסקין פֿאַר אַ ייִד. אַ געבוירענער אין 1938 אין לימאַ, איז זײַן טאַטע געװען אַ ייִדישער דײַטשישער דאָקטער װאָס איז אַנטלאָפֿן פֿון נאַציזם צו פֿאָרשן טראָפּיקאַלישע קראַנקייטן אין אַמאַזאָנאַס. זײַן מאַמע איז געװען די פּראָטעסטאַנטישע פֿראַנצייזיש־שװייצאַרישע לערערין מאַדעלען גאָדאַרד, די מומע פֿון קינאָ־רעזשיסער זשען־לוק גאָדאַרד. קוטשינסקי איז קיין מאָל נישט דערצויגן געװאָרן װי אַ ייִד. ער איז געװען אַן אַמעריקאַנער בירגער און ער האָט פֿאַר אַ יאָרן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט כּדי צו װערן אַ קאַנדידאַט. ער איז געהייראַט צום צװייטן מאָל צו נאַנסי־אַן לאַנזש, קוזינקע פֿון דער אַקטריסע זשעסיקאַ לאַנזש און אַ געניטער מוזיקער װאָס שפּילט פֿלייט װי אַ מײַסטער; אַ געװעזענער פּערואַנער פֿינאַנץ־ און עקאָנאָמיע־מיניסטער װאָס האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג אין פֿריִערדיקע אַדמיניסטראַציעס, אָבער ער איז װײַט פֿון זײַן אַ ייִד.