אין סעפּטעמבער 2014 האָט דער „פֿאָרווערטס‟, צוזאַמען מיט אַ ריי אַנדערע נײַעס־אַגענטורן איבערגעגעבן, אַז די חסידישע סעקטע „לבֿ־טהור‟ איז פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם גוואַטעמאַלער דאָרף „סאַן כואַן לאַ לאַגונאַ‟ נאָך דעם וואָס דער אָרטיקער „ראַט פֿון עלטערע אינדיאַנער פֿירער‟ האָט אַרויסגעלאָזט אַ פּסק, אַז די לבֿ־טהורניקעס דאַרפֿן פֿאַרלאָזן זייערע היימען. די קאָנטראָווערסיעלע סעקטע האָט זיך געהאַט באַזעצט דאָרטן אין האַרבסט 2013, נאָך דעם וואָס די קוועבעקער אינסטאַנצן האָבן אָנגעהויבן אויסצופֿאָרשן זייערע שולן אויס חשד, אַז זיי צווינגען זייערע קינדער חתונה צו האָבן צו פֿופֿצן יאָר.
די ערשטע פּאָר צענדליק חסידים האָבן זיך באַזעצט אינעם דאָרף מיט אַכט יאָר צוריק. קיין גרויסע קאָנפֿליקטן זענען ניט פֿאָרגעקומען צווישן די גרופּעס ביז כּמעט 250 מיטגלידער פֿון „לבֿ־טהור‟ האָבן זיך פּלוצלעם באַזעצט דאָרטן אין האַרבט 2013, גלײַך נאָך דעם וואָס זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון קאַנאַדע. כאָטש מע ווייסט ווען די צרות צווישן די צוויי קהילות האָבן זיך אָנגעהויבן, ווייסט מען נאָך ניט די פּינקטלעכע סיבות פֿאַר וואָס דער „ראַט פֿון עלטערע אינדיאַנער פֿירער‟ האָט באַשלאָסן אַרויסצוטרײַבן די לבֿ־טהורניקעס. אַ דעמאָלטיקער באַריכט אין דער גוואַטעמאַלער צײַטונג „פּרענסאַ ליברע‟ האָט דערקלערט, אַז די אינדיאַנער זענען באַליידיקט געוואָרן ווײַל די פֿרומע ייִדן האָבן כּמעט גאָרניט ניט געהאַט וואָס צו טאָן מיט זיי. דערצו האָבן די אינדיאַנער ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס די חסידים האָבן ניט געוואָלט אָנרירן זייערע הענט. זיי האָבן אויך מורא געהאַט ווען זיי האָבן געזען, אַז די חסידישע מענער נוצן דעם טײַך ווי אַ מיקווה און באָדן זיך דאָרטן נאַקעטערהייט.
ניט געקוקט אויף די קולטורעלע מיספֿאַרשטענדענישן, האָבן ס׳רובֿ גוואַטעמאַלער צײַטונגען פֿאַרדאַמט דעם באַשלוס פֿונעם „ראַט פֿון עלטערע אינדיאַנער‟, צוזאַמען מיטן אָרטיקן בירגערמײַסטער, צו מאַכן אַ גירוש אויף די ייִדן. די וואָך האָט אַן אָרטיקער געריכט אָנגעקלאָגט דעם געוועזענעם בירגערמײַסטער אַנטאָניאָ אַדאָלפֿאָ פּערעז אי פּערעז מיטן דיסקרימינירן קעגן די לבֿ־טהורניקעס און מיטן ניט ריכטיק אויספֿירן זײַנע פֿליכטן ווי אַ רעגירונגס־באַאַמטער. ער וועט ניט קענען פֿאַרלאָזן זײַן הויז ביז עס וועט פֿאַרענדיקט ווערן דעם פּראָצעס קעגן אים. מע האָט אים פֿריִער ניט אַרעסטירט ווײַל ער האָט גענאָסן פֿון אימוניטעט ווי אַ דערוויילטער בירגערמײַסטער. נאָך דעם וואָס ער איז ניט ווידער דערוויילט געוואָרן אין די וואַלן אין יאַנואַר, האָט דער אָרטיקער פּראָקוראָר געקענט אָנהייבן אויספֿאָרשן, צי ער איז באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן. דער פּראָקוראָר, צוזאַמען מיט אַן אָרטיקער מלוכישער אַגענטור וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט מענטשלעכע רעכט, האַלטן אַז ער איז יאָ עובֿר געווען אויף די געזעצן.
די מיטגלידער פֿון „לבֿ־טהור‟ וווינען נאָך אַלץ אין גוואַטעמאַלע, נאָר אין דער הויפּטשטאָט, וואָס הייסט אויך גוואַטעמאַלע. די סעקטע איז געגרינדעט געוואָרן דורך שלמה העלבראַנס אין די 1980ער יאָרן. העלבראַנס, אַ ישׂראלדיקער בעל־תּשובֿה, האָט געגרינדעט זײַן קהילה ווי אַ שטאַרק אַנטי־ציוניסטישע סעקטע, וואָס זאָגט זיך אָפּ פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע. די גרופּע איז צום־מערסטנס באַקאַנט דער ברייטערער וועלט צוליב דעם, וואָס זייערע פֿרויען טראָגן בגדים, וואָס זעען אויס ווי „בורקאַס‟ און דעקן צו כּמעט דעם גאַנצן גוף. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ גרינדער פֿון דער קהילה זענען געווען וועלטלעכע ישׂראלים, רעדן די „לבֿ־טהורניקעס‟ הײַנט אויסשליסלעך ייִדיש.
אַחוץ די 300 „לבֿ־טהורניקעס‟, וווינען אַרום 1,200 ייִדן הײַנט אין גוואַטעמאַלע, כּמעט אויסשליסלעך פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן אָפּשטאַם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.