וויסנשאַפֿטלעכע אויסשטעלונג פֿון חסידישע ישיבֿות

Hasidic Science Fair in Boro Park

YouTube

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 22, 2016, issue of June 25, 2016.

ס׳איז ניט קיין סוד, אַז טויזנטער חסידישע קינדער אין שטאַט ניו־יאָרק באַקומען ניט קיין געהעריקע וועלטלעכע בילדונג. צוליב דער קאַמפּאַניע פֿון געוועזענע חסידים אַזוי ווי נפֿתּלי מאָסטער, וואָס פֿירט אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע „יאַפֿעד‟, פֿאָרשט איצט אויס דער ניו־יאָרקער דערציונגס־דערפּאַרטמענט צענדליקער ישיבֿות, וווּ די קינדער לערנען זיך, אַ פּנים, ניט אויס ענגליש און אַנדערע וועלטלעכע לימודים ווי געהעריק.

כאָטש אַ סך חסידים, אַרײַנגערעכנט דער סאַטמאַרער רבי אַהרן טײטלבוים, האָבן אויסגעדריקט אַ טיפֿע קעגנערשאַפֿט צום געדאַנק, אַז די חסידישע ישיבֿות זאָלן לערנען מער לימודי־חול, און האָבן אַפֿילו געסטראַשעט צו שטערן אַלע שטרעבונגען אײַנצופֿירן מער „ענגלישע לימודים‟ אין די מוסדות־התּורה, באַמיִען זיך אַ ריי מער ליבעראַלע חסידישע ישיבֿות בעסער צו לערנען ענגליש, וויסנשאַפֿט און אַנדערע וועלטלעכע לימודים.

זונטיק, דעם 19טן יוני, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט תּלמידים פֿון פֿינף באָראָ־פּאַרקער חסידישע ישיבֿות, כּדי צו ווײַזן זייערע וויסנשאַפֿטלעכע פּראָיעקטן אויף אַן אויסשטעלונג. הרבֿ אַבֿרהם גרינשטיין, דער הויפּט פֿון אַ נײַער „אַסאָציאַציע פֿון ישיבֿה־דירעקטאָרן‟, וואָס אַרבעט מיט חסידישע ייִנגלעך אין באָראָ־פּאַרק, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי באַקומען אַ געהעריקע בילדונג אין לימודי־חול, האָט איבערגעגעבן דער וועבזײַט „וואָס איז נײַעס‟, אַז די אויסשטעלונג איז געווען בלויז אַן אָנהייב. „מיר האָבן גרויסע פּלענער. מיר וועלן צושטעלן עקספּערטן פֿון לערן־פּלענער, עקזאַמענס און אַנדערע געביטן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די צײַט וואָס מיר האָבן אין אונדזערע מוסדות אויף צו לערנען ענגליש ווערט ריכטיק אויסגענוצט‟.

הרבֿ גרינשטיין האָט געזאָגט „וואָס איז נײַעס‟, אַז זיבן ישיבֿות האָבן זיך שוין אײַנגעשלאָסן אין זײַן אָרגאַניזאַציע און אַז מער ישיבֿות פֿון אַנדערע טיילן פֿון ברוקלין און ראָקלאַנד־קאַונטי האָבן אויסגעדריקט אַן אינטערעס. די אָרגאַניזאַציע האַלט אין שאַפֿן לערן־פּלענער פֿאַר לימודי־חול פֿאַר זייערע מוסדות. „מיר אַרבעטן צוזאַמען מיט עקספּערטן אין דערציִונג און ס׳וועט זײַן אַ גרויסע לאַנצירונג אין די ישיבֿות‟, האָט ער דערקלערט. „די ישיבֿות כאַפּן זיך צו צו די געדאַנקען אויף אַ ריזיקן פֿאַרנעם און דערמוטיקן זייערע תּלמידים זיך צו לערנען די וועלטלעכע לימודים אויף אַזאַ אופֿן, וואָס שטימט מיט אונדזער פֿילאָסאָפֿיע‟.

די אויסשטעלונג האָט אַרײַנגענומען תּלמידים פֿונעם פֿערטן ביזן אַכטן קלאַס פֿון די ישיבֿות „ישיבֿה אמרי יוסף ספּינקאַ‟, „ישיבֿה בית־הלל ד׳קראַסנאַ‟, „ישיבֿה אור משה‟, „ישיבֿה יסודי התּורה‟ און „ישיבֿה מבֿקשי השם‟. פֿרויען און מענער האָבן באַזוכט די אויסשטעלונג אין באַזונדערע שעהען און מע האָט אויך אַראַנזשירט, אַז די דירעקטאָרן און באַאַמטע פֿון אַנדערע ישיבֿות זאָלן עס באַזוכן מיט זייערע תּלמידים. באַקאַנטע רבנים, אַרײַנגערעכנט דעם קאָסאָווער רבי שרגא פֿײַוויש האָגער זענען אויפֿגעטראָטן, כּדי צו באַטאָנען די וויכטיקייט פֿון וועלטלעכע לימודים אין די חסידישע ישיבֿות.

איין ייִנגל, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן פּראָיעקט, איז געווען יצחק דרו, אַ צוועלף־יאָריקער תּלמוד פֿונעם „ישיבֿה בית־הלל ד׳קראַסנאַ‟, וואָס האָט געמאַכט אַ מאָדעל פֿונעם וואַסער־ציקל. דער מאָדעל, אויף וועלכן דרו האָט געאַרבעט במשך פֿון דרײַ וואָכן, ווײַזט ווי אַזוי די זון באַהיצט די אָקעאַנען, וואָס איז גורם, אַז זיי זאָלן אַרויסלאָזן פּאַרע, וואָס קאָנדענסירט זיך אין די וואָלקנס. אין אַ פֿילם, אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ דורך „וואָס איז נײַעס‟, דערקלערט ער אויף אַ פֿליסיקן ענגליש, ווי די עלעקטרישע שטראָמען אין די וואָלקנס שאַפֿן דונער, און דערמעגלעכן, אַז דער רעגן זאָל אַראָפּפֿאַלן פֿונעם הימל, ביז עס פֿילט אָן די קוואַלן, פֿון וועלכע מע שעפּט וואַסער.

הרבֿ מענדי באַלקאַני, דער דירעקטאָר פֿון „ישיבֿה בית־הלל ד׳קראַסנאַ‟, וווּ עס לערנט זיך יצחק דרו, האָט דערקלערט „וואָס איז נײַעס‟: אַז „מיר האָבן געוואָלט, אַז מענטשן זאָלן זען אונדזער פּראָגראַם, כּדי זיי זאָלן פֿאַרשטיין אַז מיר באַציִען זיך ערנסט צו דעם און מיר ווילן זיך שטענדיק פֿאַרבערסערן. די קוואַליטעט פֿון לימודי־חול אין די חסידישע שולן ווערט דראַמאַטיש געהעכערט און מיר וועלן אין דער נאָענטער צוקונפֿט אַלץ מער באַטאָנען די וועלטלעכע לימודים‟.

ניט אַלע זענען אָבער געווען צופֿרידן מיט דער אויסשטעלונג. נפֿתּלי מאָסטער, דער אָנפֿירער פֿון „יאַפֿעד‟, האָט אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף „פֿייסבוק‟, אין וועלכן ער באַשולדיקט די אָרגאַניזירער פֿון דער פּראָגראַם אין „ווײַזן אַ קונץ פֿאַר דער מעדיאַ‟. ער האָט אויך געטענהט, אַז כאָטש אַ פּאָר חסידישע ישיבֿות לערנען וויסנשאַפֿטלעכע לימודים איז עס בלויז אַ שפּײַ אין ים אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלע, וואָס לערנען קוים ענגליש. מאָסטער האָט פֿאָרגעשלאָגן, אַז אַנשטאָט צו גיין אויף אַזעלכע אויסשטעלונגען זאָלן די באַאַמטע פֿונעם ניו־יאָרקער „דערציונגס־דעפּאַרטמענט‟ בעסער באַזוכן די חסידישע ישיבֿות אויף טראַף און זען, צי די בחורים דאָרטן לערנען בכלל ענגליש.