די „פֿינישע מלוכישע ביבליאָטעק‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז זי האָט דיגיטאַליזירט 185 ייִדישע ביכער און זשורנאַלן און זיי אַרויפֿגעשטעלט אויף איר וועבזײַט, וווּ מע קען זיי איצט לייענען בחינם.
די טעקסטן נעמען אַרײַן לערנביכער פֿון כעמיע, אַריטמעטיק, זאָאָלאָגיע, אאַז׳׳וו; עלטערע ייִדישע ליטעראַרישע זאַמלונגען פֿון דער צאַרישער אימפּעריע; לידער פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און אליקום צונזער, און אַ ריי שונדישע ראָמאַנען פֿון „שמ״ר‟ און אַנדערע מיט אַזעלכע טיטלען ווי „די ערשטע נאַכט נאָך דער חתונה און די נקמה‟. אין דער קאָלעקציע, אונטערן נאָמען „העברעיִקאַ‟, געפֿינט מען אויך אַנטאָלאָגיעס פֿון וויצן, רעליגיעזע ספֿרים אויף ייִדיש און אַ ריי אַלמאַנאַכן מיט עצות פֿאַר קינד־און־קייט. ס׳רובֿ ביכער זענען פֿון פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. זיי זענען געקומען פֿון רוסלאַנד אין איין פּעקל, וואָס מע האָט געשיקט דער „פֿינישער מלוכישער ביבליאָטעק‟ אַרום 1919. די גאַנצע קאָלעקציע קען מען לייענען דאָ: //fennougrica.kansalliskirjasto.fi/handle/10024/85838/browse?order=DESC&rpp=100&sort_by=3&etal=-1&offset=100&type=dateaccessioned.
די דיגיטאַליזאַציע פֿון די ייִדישע ביכער איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פּראָיעקט, אין וועלכן די „פֿינישע מלוכישע ביבליאָטעק‟ פֿאַרעפֿנטלעכט טעקסטן פֿון זייער קאָלעקציע אויף אַ ריי מינדערהייט־שפּראַכן. אַחוץ ייִדיש האַלט מען אין דיגיטאַליזירן טעקסטן אויף ציגײַנעריש און אַ ריי שפּראַכן, וואָס זענען ווײַטע קרובֿים פֿון פֿיניש, אַרײַנגערעכנט סאַמייִש (אַ שפּראַך פֿון צפֿון־שוועדן, נאָרוועגיע און פֿינלאַנד), מאָרדוויש (גערעדט אין רוסלאַנד), די פּערמישע שפּראַכן (גערעדט אין די אוראַלער בערג), מאַריש (גערעדט אין צפֿון־רוסלאַנד) און נענעץ (גערעדט אין צפֿון־רוסלאַנד). ייִדיש און ציגײַנעריש האָט מען אויסגעקליבן צוליב דער היסטאָרישער ראָלע פֿון ביידע שפּראַכן אין פֿינלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.