שבת, דעם 18טן יוני האָט דער אַרגענטינער ייִװאָ אָפּגעגעבן כּבֿוד די גרינדערס פֿון דער אינסטיטוציע, װעלכע האָבן במשך פֿון כּמעט 50 יאָר אָרגאַניזירט אַ קולטור־פּראָגראַם װאָס איז געװאָרן אַ טראַדיציע אין בוענאָס־אײַרעס. אויפֿן „שבת־צו־נאַכט‟ פֿון ייִװאָ זײַנען אויפֿגעטראָטן לעקטאָרן פֿון דער גאַנצער ייִדיש־װעלט און באַרימטע קינסטלערס װאָס האָבן באַזוכט אַרגענטינע. דער עיקר איז אָבער וואָס אַ סך באַקאַנטע לעקטאָרן און קינסטלערס האָבן אָנגעהויבן זייער לעבנסװעג אויף דער בינע פֿון ייִװאָ.
דאָס מאָל איז דער ציל פֿון דער באַערונג בעת דעם אַקאַדעמישן שבת־צו־נאַכטס געווען דרײַ לעקציעס און אַ קאָנצערט. דער אָװנט איז פֿאָרגעקומען אינעם זאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, אין דעם בנין װו דער ייִװאָ האָט פֿונקציאָנירט ביזן אַטענטאַט פֿונעם 18טן יולי 1994.
די ערשטע לעקציע איז געװען פֿון דבֿורה קאַצאָװיטש, די געװעזענע ביבליאָטעקאַרין פֿון ייִװאָ, װאָס האָט רעפֿערירט אויף אירע פֿאָרשונגען און איבערזעצונגען פֿון ר׳ נחמן בראַצלאַװערס װערק. זי האָט, מיט פּשטות פֿירגעבראַכט ר׳ נחמנס דרך און װי אַזוי האָבן די „טויטע חסידים‟ איבערגעגעבן זײַן לערע ביזן הײַנטיקן טאָג. איר אַנאַליז פֿון דער „מעשׂה מיט די זיבן בעטלערס‟ האָט פֿאַרגאַפֿט דעם עולם. ליטעראַטור, קבלה, פֿאָלקלאָר און אמונה זײַנען געװען די טעזעס פֿון איר לעקציע, װאָס װעט בקרובֿ זיכער אָפּגעדרוקט װערן.
די צװייטע לעקציע איז געװען פֿון דירעקטאָר פֿון ייִװאָ װעגן „צי ס׳איז כּדאַי צו לייענען שלום־עליכמען אין דער איבערזעצונג‟. און די הויפּטטעזע איז געװען אַז אויב מען באַגרענעצט שלום־עליכמען בלויז צו זײַן אַ הומאָריסט, װוּ דאָס װאָרט איז דער גרונט פֿון זײַן הומאָר, פֿאַרלירט מען די מעגלעכקייט צו געניסן פֿון שלום־עליכם, דער אינטעלעקטואַל פֿון זײַן צײַט, דער פּובליציסט, װאָס האָט פֿאַרן לייענער פֿון זײַן דור אָפּגעשפּיגלט מיט מײַסטערשאַפֿט דעם סדר־היום פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט און דער עיקר — װי אַזוי דער קינסטלער האָט פֿאָרגעשטעלט אין זײַנע װערק, זײַן אייגן לעבן. דער װאָס קען נאָך נישט קיין ייִדיש, דערנענטערט זיך צו דער ייִדישער געשיכטע פֿון די 1880ער יאָרן ביז דעם ערשטן װעלטקריג.
די פּראָפֿ׳ אסתּר שװאַרץ, לערערין פֿון ייִדיש אין ייִװאָ, האָט רעפֿערירט װעגן לעבן און שאַפֿן פֿון ה.לייװיק: זײַן יוגנט, זײַנע ערשטע שאַפֿונגען, סיביר, אידעאָלאָגישע שטרײַטן, טעאַטער און ישׂראל, באַרײַכערט מיט ציטאַטן פֿון זײַנע װערק. אַ ספּעציעל אָרט האָט פֿאַרנומען לייװיקס באַזוך אין אַרגענטינע אין 1936, װוּ ער האָט זיך באַטייליקט װי אַ פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויפֿן קאָנגרעס פֿון אינטערנאַציאָנאַלן פּ.ע.ן־קלוב און אין זײַן רעדע פּאָלעמיזירט מיט די פּוילישע און איטאַליענישע שרײַבערס װעגן דער לאַגע פֿון ייִדן אין אייראָפּע.
דער אָװנט איז געשלאָסן געװאָרן מיט אַ קאָנצערט פֿון טײַבעלע שאַכמאַן און צעזאַר פּאַװאָן, יונגע קלעזמאָרים פֿון דער גרופּע „קבלה‟, װאָס פֿירן אָן מיט דער קלעזמער־גרופּע בײַם ייִװאָ. דער עולם האָט מיטגעזונגען און געטאַנצט ביז שפּעט בײַ נאַכט אויף אַן אומפֿאַרגעסלעכן אָװנט.
אַרגענטינע באַערן דעם שרײַבער כאָרכע לויִס באָרגעס צו די 30 יאָר נאָך זײַן טויט. די צײַטונגען און פֿאַרלאַגן װידמען ספּעציעלע אויסגאַבעס, כּדי דער לייענער זאָל זיך באַקענען מיט שריפֿטן פֿון דעם װעלט־באַרימטן שרײַבער װאָס האָט זיכער נישט באַקומען די נאָבל־פּרעמיע איבער פּאָליטישע טעמים. באָרגעס האָט אין אַ סך פֿון זײַנע שאַפֿונגען שטאָלצירט מיט זײַן השערה אַז ער שטאַמט פֿון ייִדן װאָס זײַנען אַרויסגעטריבן געװאָרן פֿון שפּאַניע. זײַן קאָרעספּאָנדענץ מיט גרשם שלום און די לעגענדע פֿונעם גולם האָבן אים באַװויגן אַרײַנצונעמען אַ סך קבלה־מאָמענטן אין זײַנע לידער און ער האָט אויך באַזונגען ישׂראל און דעם ייִדישן פֿאָלק אין זײַנע שריפֿטן.
אָבער זיכער איז כּמעט אומבאַקאַנט אַז באָרגעס האָט מיט 35 יאָר צוריק באַזוכט דעם אַרגענטינער ייִװאָ װוּ עס איז פּרעזענטירט געװאָרן אַ בראָשור פֿון יצחק ניבאָרסקיס איבערזעצונג אויף ייִדיש פֿון אייניקע לידער פֿונעם געניאַלן דיכטער. דאָס ערשטע װאָרט האָט באַקומען מאַרקאָס אַגיניס, װאָס האָט גערעדט אויף שפּאַניש װעגן באָרגעס׳ שאַפֿן. װען שמואל ראָזשאַנסקי האָט גערעדט אויף ייִדיש װעגן באָרגעסן האָט באָרגעס אַליין געזאָגט אַז ער האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען און אַז מען דאַרף אים נישט איבערזעצן. ער האָט געקענט מיטל־הויכדײַטש, גערמאַנישע שפּראַכן און דעם לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט פֿון דער קבלה־װאָקאַבולאַר און האָט טאַקע גענאָסן פֿון ראָזשאַנסקיס װערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.