העכער 63 יאָר, פֿון 1951 ביז 2014, האָט דער „אַרבעטער־רינג‟ אין ישׂראל פֿאַרעפֿנטלעכט דעם זשורנאַל „לעבנס־פֿראַגן‟ ווי דער אָפֿיציעלער אָרגאַן פֿון דער אָרטיקער בונדישער באַוועגונג. לעצטנס האָט דער לאַנגיאָריקער רעדאַקטאָר פֿונעם „לעבנס־פֿראַגן‟ יצחק לודען געמאָלדן, אַז מע קען שוין לייענען אַלע 736 נומערן פֿונעם זשורנאַל, אויף דער אינטערנעץ בחינם.
די אויסגאַבע, שטענדיק סאָציאַליסטיש־געשטימט אויף אַ בונדיסטישן שטייגער, האָט וואָס מער געדעקט די קולטורעלע אַנטוויקלונגען אין דער ייִדיש־וועלט אין דער זעלביקער צײַט, וואָס אַלע אַנדערע וועלטלעכע אויסגאַבעס אויף ייִדיש אין ישׂראל האָבן געהאַלטן אין אונטערגיין. „לעבנס־פֿראַגן‟ בלײַבט דערפֿאַר אַן אוניקאַלער מקור פֿון אינפֿאָרמאַציע ניט בלויז וועגן פּאָליטישע געשעענישן און אינערלעכע דעבאַטעס פֿונעם לינקן־לאַגער אין ישׂראל, נאָר אויך, ובפֿרט, אַ כראָניק פֿון די חודשלעכע געשעענישן אין דער וועלט פֿון ייִדישער קולטור. דער זשורנאַל האָט פֿאַרמאָגט, למשל, אַ לאַנגיאָריקן רובריק „אויף דער ביכער־פּאָליצע‟, אין וועלכן מע האָט אַנאָנסירט די פּובליקאַציע פֿון כּמעט אַלע ביכער אויף ייִדיש, וואָס מע האָט אַרויסגעגעבן מחוץ דער חסידישער וועלט. מע האָט אויך פּרטימדיק באַשריבן דעם אופֿן ווי אַזוי מע האָט באַטראַכט און אַרומגערעדט די ייִדישע קולטור אין דער אַלגעמיינער ישׂראלדיקער פּרעסע.
די נומערן זענען דיגיטאַליזירט געוואָרן ווי אַ טייל פֿונעם „היסטאָרישן ייִדישן פּרעסע־פּראָיעקט‟ בײַם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟. די דיגיטאַליזאַציע האָט ספּאָנסירט דער „אָנדענק־פֿאָנד אויפֿן נאָמען פֿון פּנחס קריסטאַל‟. אַחוצן „לעבנס־פֿראַגן‟ קען מען שוין לייענען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „היסטאָרישן ייִדישן פּרעסע־פּראָיעקט‟ אַלטע נומערן פֿון 26 צײַטונגען און זשורנאַלן אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט דעם „פֿאָרווערטס‟. סך־הכּל באַטרעפֿן אָט די דיגיטאַליזירטע פּעריאָדישע אויסגאַבעס צענדליקער טויזנטער נומערן און מער ווי אַ מיליאָן זײַטן.
כאָטש מע דרוקט ניט מער דעם „לעבנס־פֿראַגן‟, איז די פּובליקאַציע ניט בלויז אַ היסטאָרישן חפֿץ. יצחק לודען האָט מיטגעטיילט, אַז מע האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַעם נומער פֿונעם „לעבנס־פֿראַגן‟ אויף דער וועבזײַט //lebnsfragn.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.