אין רוסלאַנד איז געשען אַ גרויסע טראַגעדיע: אין קינדער־לאַגער אין קאַרעליע (צפֿון־מערב רוסלאַנד), וווּ ס׳האָבן פֿאַרבראַכט זייערע קאַניקולן קינדער פֿון מאָסקווע, זענען 15 קינדער אומגעקומען — דערטרונקען אין אַן אָזערע בעת אַ שטורעם. די ייִדישע קהילה פֿון מאָסקווע האָט אַרויסגעברענגט איר מיטלײַד די משפּחות פֿון די אומגעקומענע.
צו די אַנדערע נײַעס: די הויכשול פֿאַר עקאָנאָמיק — איינער פֿון די בעסטע מאָסקווער אוניווערסיטעטן — האָט די וואָך בשותּפֿות מיטן נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי דורכגעפֿירט אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, „די געשיכטע פֿונעם סאָוועטישן ייִׅדנטום: נײַע קוואַלן, נײַע צוגאַנגען‟. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן געאַרבעט בשותּפֿות אויך מיטן שווידלער־פּראָיעקט בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, וואָס אין זײַן ראַמען ווערט פּלאַנירט אָנצושרײַבן אַ נײַע „געשיכטע פֿונעם סאָוועטישן ייִדנטום‟ אין 7 בענד. אין דער קאָנפֿערענץ האָבן אָנטייל גענומען עטלעכע מחברים פֿון די בענד, ווי אויך אַנדערע געלערנטע פֿון רוסלאַנד, אייראָפּע, ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
די רעפֿעראַטן זענען געווידמעט געוואָרן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין דער תּקופֿה פֿון חורבן, דער געשיכטע פֿון ייִדן אין פֿאַרשיידענע סאָוועטישע רעפּובליקן, דער געשיכטע פֿון ציוניזם און אַנטי־ציוניזם אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם טאָגטעגלעכן לעבן פֿון סאָוועטישע ייִדן, זייער אומאָפֿיציעלן ווירטשאַפֿטלעכן לעבן, דער ראָלע פֿון ייִדן אין דער סאָוועטישער קונסט און דער ייִדיש־רוסישער ליטעראַטור.
אין דער קאָנפֿערענץ האָבן אָנטייל גענומען 2 מחברים פֿון „פֿאָרווערטס‟ — פּראָפֿעסאָרן גענאַדי עסטרײַך און מיכאַיִל קרוטיקאָוו.
צו דער קאָנפֿערענץ איז אויך געקומען לאָורענס שיפֿמאַן, דער אָנפֿירער פֿון שווידלער־פּראָיעקט און דער וועלט־באַרימטער קענער פֿון די קומרנער כּתב־ידן. דעם 16טן יוני האָט ער געהאַלטן אינעם מוזיי אַן אָפֿענעם רעפֿעראַט „די כּתב־ידן פֿון ים המלח און די געשיכטע פֿון יהדות‟ און דערציילט, ווי אַזוי די טעקסטן פֿון די כּתבֿ־ידן שפּיגלען אָפּ די אַנטוויקלונג פֿון יהדות אין דער תּקופֿה פֿון דעם צווייטן בית־המקדש און משנה.
אינעם מוזיי איז געהאַלטן געוואָרן נאָך אַ רעפֿעראַט וואָס איז פֿאַרבונדן מיט כּתבֿ־ידן. דעם 21סטן יוני איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, געווידמעט די כּתבֿ־ידן פֿון דער אוישוויצער זאָנדערקאָמאַנדע. מיט עטלעכע יאָרן צוריק איז אין מאָסקווע אַרויס אַן אַנטאָלאָגיע רוסישע איבערזעצונגען פֿון די דאָזיקע כּתבֿ־ידן אונטער דער רעדאַקציע פֿונעם היסטאָריקער פּאַוועל פּאָליאַן, וואָס שליסט אײַן 9 טעקסטן פֿון 5 מחברים.
זינט דעמאָלט האָט מען געפּרוּווט צו לייענען די כּתבֿ־ידן ניצנדיק מיקראָספּעקטראָסקאָפּיע און מאָדערנע גראַפֿישע מעטאָדן — און מצליח געווען צו אַנטציפֿערן דאָס וואָס איז פֿריִער געווען אומלייענעוודיק. דאָס איז געוואָרן די טעמע פֿון די צוויי פֿאָרשער, פּאַוועל פּאָליאַן און אלכּסנדר ניקיטיאַיעוו. זיי האָבן זיך פֿאָקוסירט אויף דעם כּתבֿ־יד פֿון גריכישן ייִד מאַרסעל נאַדזשאַרי, וואָס אין זײַן לייענען האָבן די נײַע מעטאָדן צום בעסטן געהאָלפֿן: איצט זענען פֿאַרשטענדלעך אַרום 85% טעקסט — אַקעגן 15% פֿריִער.
אַ ידיעה פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט: די ביראָבידזשאַנער שיל האָט באַקומען אַ נײַע ספֿר־תּורה, וואָס ס׳האָט איר געשענקט אַן אַנאָנימער מעצענאַט. אין דער צערעמאָניע פֿון אַרײַנטראָגן די ספר־תּורה האָבן אָנטייל גענומען, אַחוץ היגע ייִדן און דעם רבֿ, די מיטגלידער פֿון דער רעגירונג און דעם פּאַרלאַמענט פֿון דער געגנט און דער מעריע פֿון ביראָבידזשאַן. דאָס איז די ערשטע אייגענע ספֿר־תּורה אין ביראָבידזשאַן; פֿריִער האָט די קהילה געניצט אַ ספֿר־תּורה, געדונגען פֿונעם מאָסקווער חב״ד.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: קיין רוסלאַנד איז געקומען די ישׂראלדיקע אַפּליקאַציע פֿאַר מאָבילקעס „מוּוו איט‟, וואָס העלפֿט די תּושבֿים פֿון גרויסע שטעט פּלאַנירן זייערע מאַרשרוטן, נעמענדיק אין אַכט אַקטועלן לוח־הזמנים פֿון געזעלשאַפֿטלעכן טראַנספּראָרט, געפֿין־ערטער פֿון סטאַנציעס און אינפֿאָרמאַציע וואָס זי באַקומט פֿון די באַניצער אָנלײַן. די אַפּליקאַציע וועט באַלד ווערן צוגענגלעך צו דעם עולם אין מאָסקווע און פּעטערבורג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.