עס איז די וואָך אַרויס אַ נײַ בוך, אויף פּויליש, װעגן דער בונדישער יוגנט־באַװעגונג אין פּױלן צװישן די צװײ װעלט־מלחומות — „צוקונפֿט”. דאָס בוך, וואָס הייסט „אַ ליכטיקער מאָרגן? די ייִדישע יוגנט־באַוועגונג ’צוקונפֿט‘ דורך די שוועריקייטן פֿון צווישן־מלחמהדיקן פּוילן‟, איז געשריבן פֿון מאַגדאַלענאַ קאָזלאָווסקאַ און פּובליקירט געוואָרן דורכן פֿאַרלאַג Wydawnictwo Austeria.
נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, זענען אױפֿגעקומען אין פּױלן אַ צאָל יוגנט־באַװעגונגען, װאָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיטן אױפֿבױען אַ ייִדישע פּאָליטיק װאָס זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט דער מאָדערנער װעלט און אירע נײַע פּרינציפּן. די הױפּט־אַקטיװיסטן פֿון „צוקונפֿט‟ האָבן געגלײבט אין דער דאָקטרין פֿון קאַרל מאַרקס און אױך געמײנט אַז די צוקונפֿט פֿון די ייִדן זאָל פֿאָרקומען דאָרט װוּ זײ װױנען שױן, דאָס הײסט אין צענטראַל/מזרח אײראָפּע. די „צוקונפֿט‟־באַװעגונג איז געװען אַן אָפּטייל פֿונעם „בונד‟, די ייִדישע סאָציאַליסטישע פּאַרטײ, און האָט געהאָלפֿן צוציִען יונגע מיטגלידער צו דער פּאַרטײ.
אין איר בוך האָט קאָזלאָווסקאַ זיך באַמיט צו ענטפֿערן אױף פֿאַרשײדענע פֿראַגעס. צװישן זיי: װאָס איז געװען די פּראָגראַם פֿון דער באַװעגונג? װי שטאַרק איז געװען איר פּאָפּולאַריטעט? װעלכע פֿאַקטאָרן האָבן צוגעצױגן די יונגע לײַט? מיט װאָס איז די גרופּע געװען אַנדערש װי די אַנדערע באַװעגונגען אױף דער ייִדישער גאַס? װער זענען עס געװען די יונגע מיטגלידער?
די מחברטע גיט אױך צו פֿאַרשטײן װוּ עס האָט זיך געשטעלט די באַװעגונג אינעם קאָנטעקסט פֿון די ברענענדיקע געזעלשאַפֿטלעכע ענינים װאָס האָבן דעמאָלט געװירקט אױף די ייִדישע קהילות אין פּױלן. להיפּוך צו די מיטגלידער אין די ציוניסטישע באַװעגונגען, האָבן די מיטגלידער פֿון „צוקונפֿט‟ געגלײבט, אַז דער נײַער פּױלישער ייִד דאַרף װײַטער װױנען אין פּױלן און רעדן ייִדיש, נאָר ער מוז זײַן אַ סאָציאַליסט.
דאָס װערק איז געטײלט אױף פֿיר קאַפּיטלען. דער ערשטער, „אױפֿן שװעל פֿון אַן אומאָפּהענגיק פּױלן“, גיט איבער די סבֿיבֿה פֿון פּױלנס נײַער אומאָפּהענגיקײט, אין װעלכן עס איז אַרויסגעוואַקסן די „צוקונפֿט‟־באַװעגונג. דער צװײטער קאַפּיטל באַשרײַבט „צוקונפֿט‟ אַלײן, איר אידעאָלאָגיע, און אירע אָפּעראַציע־מיטלען.
דאָס בוך דערקלערט אויך וועגן דער באַװעגונגס צוגאַנג צו אירע הױפּט־קאָנקורענטן — די קאָמוניסטן און ציוניסטן; און צו די פּראָבלעמען פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין פּוילן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות — אַרײַנגערעכנט דעם צוגאַנג צו טראַדיציע, אַקולטוראַציע, און אַנטיסעמיטיזם. דערצו דערוויסט מען זיך וועגן דעם פּערזענלעכן לעבנשטייגער פֿון דער פּוילישער יוגנט: די משפּחה און נאָענטע סבֿיבֿה, די שול, די אַרבעט, די פּאָליטיק און די פֿאַרווײַלונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.