ייִדישער פּאָעט אין דעטרויט

A Yiddish Poet in Detroit

דער דיכטער, עזרא קאָרמאַן, און זײַן ווײַב, אַנאַ
Courtesy of Nina Korman
דער דיכטער, עזרא קאָרמאַן, און זײַן ווײַב, אַנאַ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 29, 2016, issue of June 25, 2016.

אינעם צווייטן פֿערטל פֿון צוואָנציקסטן יאָרהונדערט, איז דעטרויט געווען די היים פֿון אַ באַרימטן ייִדישן פּאָעט, עזרא קאָרמאַן.

אַן אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, געשריבן דורכן פֿאָרש־סטיפּענדיאַנט מיכל יאַשיסנקי, דערציילט וועגן דעם דאָזיקן פּאָעט, אין וועלכן מע לייענט וועגן די פֿאַרשיידענע שעפֿערישע אויפֿטוען פֿונעם דעטרויטער דיכטער. ער האָט אי געשריבן אייגענע פּאָעזיע, אי איבערגעזעצט אויף ייִדיש די ווערק פֿון אַנדערע פּאָעטן, אַזוי ווי היינריך היינע. ער האָט אויך רעדאַקטירט אַ וויכטיקע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע דיכטערינס, וואָס איז אַרויס אין 1928.

עזרא קאָרמאַן איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו אין 1888 און האָט אימיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1923. פֿאַר 1880 איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דעטרויט באַשטאַנען פֿון בלויז 1,000 נפֿשות, אָבער אין 1920 האָבן דאָרט שוין געוווינט 35,000 ייִדן. עזרא קאָרמאַן איז געבליבן אין דעטרויט ביז זײַן פּטירה אין 1959.

קאָרמאַנס ליד, „פֿרילינג־דזשעז‟, באַזינגט די נאַטור אין דעטרויט, ניצנדיק טערמינען און רמזים פֿון דער דזשעז־מוזיק וואָס מע פֿלעגט שפּילן אין זײַן געגנט. דעמאָלט איז דער צענטער פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ געווען אויף הייסטינגס סטריט, וואָס האָט געהאַלטן אין מיטן ווערן אַ וויכטיקע דורכפֿאָרגאַס פֿון דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער געגנט, Black Bottom.

אָט איז אַ מוסטער פֿון קאָרמאַנס ווערק:

פֿרילינג־דזשעז
די זון אױף טאַצן שפּילט אַ דזשעז
אין אױסגעבלויטן הימל.
אין העלער דרויסן שמעקט מיט בעז,
מיט פֿרילינגדיק געװימל.
דער פֿרילינג שטעלט די פֿידלען אָן
אױף דער דינסטער סטרונע
און ענטפֿערט הימלשן טראָמבאָן
צעזונגען און צעזוניקט.
און ס’קלינגט פֿון האָרן רײנער מעש —
אַ תּקיעה אױסגעצױגן.
און קופּער פֿון דעם זונען־דזשעז
פֿלאַמט אױף אין פֿײַער־בױגן.

צו לייענען מער וועגן עזרא קאָרמאַן, גייט צו: //www.yiddishbookcenter.org/ezra-korman-detroits-soulful-yiddish-poet.