רעפֿעראַטן וועגן ייִדיש־שטודיעס אין מיסורי

Lectures on Yiddish Studies in Missouri

ד״ר סטיווען מ. (שלמה־חיים) כּהן
Facebook
ד״ר סטיווען מ. (שלמה־חיים) כּהן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 30, 2016, issue of June 25, 2016.

צווישן די פֿאַרשיידענע רעדעס הײַיאָר בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מיטעלן מערבֿ” (Midwest Jewish Studies Association), וועלן פֿיגורירן צוויי רעפֿעראַטן וועגן ייִדיש.

איינער הייסט Heavenly Rewards for Early Suffering („שׂכר־עולם־הבא פֿאַר יוגנטלעכע לײדן”) און ווערט פֿאָרגעשטעלט פֿון ד״ר נאַדיאַ בערקאָוויטש, אַ פּראָפֿעסאָרקע פֿון דער רוסישער שפּראַך בײַם אַרקענסאָ־אוניווערסיטעט. דער אַנדערער רעפֿעראַט ווערט פֿאָרגעשטעלט פֿון ד״ר סטיווען מ. (שלמה־חיים) כּהן, און הייסט Yudel Mark’s Terminen un Oysdrukn: A Turning Point in Yiddish Chemistry Terminology („יודל מאַרקס ’טערמינען און אויסדרוקן‘: אַ קערפּונקט אין דער ייִדישער כעמיע־טערמינאָלאָגיע”).

די דאָזיקע קאָנפֿערענץ וועט זײַן דער 28סטער יערלעכער צוזאַמענפֿאָר פֿון דער „אַסאָסיאַציע פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מיטעלן מערבֿ‟ (MJSA). ער וועט פֿאָרקומען דעם 11טן און 12טן סעפּטעמבער, 2016, בײַם אָפּטייל פֿאַר רעליגיעזע שטודיעס אינעם מיסורי שטאַט־אוניווערסיטעט אין ספּרינגפֿילד, מיסורי.

די MJSA קאָנצענטרירט זיך אויף ייִדישע לימודים אינעם אַמעריקאַנער מיטעלן מערבֿ, און זי ווערט פֿאַרסטראַכירט פֿון „קענט שטאַט־אוניווערסיטעט”, דעם „ספּערטוס אינסטיטוט פֿאַר ייִדיש לערנען און פֿירערשאַפֿט‟, און „קייס וועסטערן אוניווערסיטעט”‟. געוויסע רעפֿעראַטן פֿון דער MJSA־קאָנפֿערענץ פֿיגורירן אינעם אָפֿיציעלן MJSA־זשורנאַל, Shofar:An Interdisciplinary Journal of Jewish Studies („שופֿר‟: אַ צווישנפֿעלדיקער זשורנאַל פֿון ייִדישע לימודים).

ד״ר שלמה־חיים כּהן האָט אויך גערעדט אויף דער קאָנפֿערענץ אין 2014, ווען זי איז פֿאָרגעקומען בײַם „קענט שטאַט אוניווערסיטעט‟. ער האָט דעמאָלט גערעדט וועגן דעם ייִדישן סאָציאַליסט, חיים קאַנטאָראָוויטש.

ד״ר כּהן, אַ כעמיקער, איז אַ באַקאַנט פּנים אויף דער ייִדיש־וואָך, און ער האָט דאָרטן נישט איין מאָל געהאַלטן אַ לעקציע וועגן וויסנשאַפֿט און אופֿנים ווי אַזוי אויסצופֿאָרשן איינעמס גענעאָלאָגיע.

ד״ר בערקאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע און שוין געוווינט אין רוסלאַנד, בערלין, מאַסאַטשוסעטס, און אילינוי. איר געביט איז דער קולטערעלער פּלוראַליזם, און זי אַנאַליזירט דער צונויפֿפֿלעכטונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דער רוסישער, אוקראַיִנישער, און דײַטשישער ליטעראַטור.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, גייט צו: //midwestjewishstudies.com/home.