אַ קאָלעקציע פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס דערציילונגען וועגן ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן אויף שפּאַניש מיטן נאָמען Supervivientes (די לעבן־געבליבענע), דורכן פֿאַרלאַג Xordica.
דאָס בוך איז אַ זאַמלונג פֿון זיבן קורצע דערציילונגען וואָס באַהאַנדלען די שווערע פֿראַגעס פֿון די שארית־הפּליטה: ווי אַזוי קען מען ווידער שאַפֿן אַ לעבן נאָך אַזאַ שרעקלעכער איבערלעבונג? צי איז מעגלעך צו גיין ווײַטער און פֿאַרגעסן? אָדער בכלל צו פֿאַרגעבן?
נאָך אַ טעמע וואָס מע קען זען אין די פֿאַרשיידענע מעשׂיות איז דאָס געפֿיל פֿון פֿאַרלוירנקייט, ווען די וועלט אין וועלכער מע האָט אויסגעלעבט די קינדער־יאָרן איז מער נישטאָ.
דערצו האָט ראָזענפֿאַרב באַשריבן דאָס שולד־געפֿיל, וואָס פּײַניקט דעם ניצול־געוואָרענעם, הלמאַי דווקא ער אָדער זי האָט דורכגעלעבט דעם חורבן בשעת מע האָט אויסגעשאָכטן זייערע עלטערן, קינדער און פֿרײַנד. אַ מאָל איז דאָס שולד־געפֿיל מער קאָנקרעט ווי, למשל, ווען דער ניצול־געוואָרענער באַדויערט די אַקציעס, וואָס ער האָט אַליין געמוזט טאָן כּדי צו בלײַבן לעבן.
אַן ענגלישער נוסך פֿון דער זאַמלונג איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין 2004, איבערגעזעצט פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס טאָכטער, ד”ר גאָלדע מאָרגענטאַלער. די איבערזעצונג האָט געוווּנען די „העלען און סטען ווײַן קאַנאַדער־ייִדיש בוך פּרעמיע‟ אין 2005. מאָרגענטאַלער האָט אויך איבערגעזעצט אויף ענגליש אַ סך אַנדערע ווערק פֿון איר מאַמען, אַרײַנגערעכנט די דרײַ בענד פֿון איר באַרימטן ראָמאַן, „דער בוים פֿון לעבן‟.
דער איבערזעצער אויף שפּאַניש, דניאל גאַסקאָן, איז אַ שרײַבער אין שפּאַניע. אין 2013 האָט ער אַרויסגעגעבן אַן אייגענעם ראָמאַן, Entresuelo („דער מעזאָנין‟).
חוה ראָזענפֿאַרב איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש, פּוילן, אין 1923, און איז ניפֿטר געוואָרן אין קאַנאַדע אין 2011. זי האָט געוווינט אין לאָדזשער געטאָ און האָט איבערגעלעבט פֿאַרשיידענע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אוישוויץ בתוכם. ווען די מלחמה האָט זיך געענדיקט, האָט זי אימיגרירט קיין בעלגיע און דערנאָך קיין קאַנאַדע. זי איז די מחברטע פֿון עטלעכע פּאָעזיע־ביכער און ראָמאַנען. חוץ „דער בוים פֿון לעבן‟ און „די ניצול־געוואָרענע‟, האָט זי אויך געשריבן אַנדערע ראָמאַנען און פּאָעזיע־ביכער, אַזוי ווי „בריוו צו אַבראַשען‟ (1992), „באָטשאַני‟ (1983), „’געטאָ’ און אַנדערע לידער‟ (1948), און „אַרויס פֿון גן־עדן‟ (1965).
ווען די צאָל ייִדיש־לייענער האָט זיך ממשותדיק פֿאַרקלענערט, האָט ראָזענפֿאַרב זיך מער פֿאַרנומען מיטן איבערזעצן, און האָט אָפֿט מאָל מיטגעאַרבעט מיט איר טאָכטער. אירע דערציילונגען זענען אויך אָפֿט דערשינען אינעם ישׂראלדיקן זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟, רעדאַקטירט פֿונעם דיכטער, אַבֿרהם סוצקעווער. ראָזענפֿאַרב האָט געוווּנען עטלעכע פּרעמיעס פֿאַר איר שרײַבן, אַרײַנגערעכנט די „מאַנגער־פּרעמיע‟, ישׂראלס העכסטן פּריז פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.