אַ פֿאַרקערטער „געבורטרעכט"־טור

A Reverse Birthright Trip

אַ גרופּע ישׂראלדיקע גראַדויִר־סטודענטן אויף דער נסיעה אין ניו־יאָרק
Courtesy of the Ruderman Program for American Jewish Studies
אַ גרופּע ישׂראלדיקע גראַדויִר־סטודענטן אויף דער נסיעה אין ניו־יאָרק

פֿון ייִט''אַ

Published July 03, 2016, issue of June 25, 2016.

אַ גרופּע ישׂראלדיקע גראַדויִר־סטודענטן איז געפֿאָרן אויף אַ פֿאַרקערטן „געבורטרעכט‟־טור, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער אַמעריקאַנער ייִדישקייט.

די נסיעה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 18טן יוני, איז דער הויכפּונקט פֿון אַ יאָר־לאַנגער מאַגיסטער־פּראָגראַם בײַם חיפֿה־אוניווערסיטעט, די „רודערמאַן־פּראָגראַם פֿון אַמעריקאַנער־ייִדישע שטודיעס‟. די פּראָגראַם לערנט 25 סטודענטן וועגן דער אַמעריקאַנער־ייִדישע געשיכטע, רעליגיע, און קולטור, כּדי זיי זאָלן בעסער פֿאַרשטיין און זיך אידענטיפֿיצירן מיט זייערע אַמעריקאַנער שוועסטער און ברידער. די פּראָגראַם איז געשאַפֿן געוואָרן אין 2014 דורך דער „רודערמאַן משפּחה־פֿונדאַציע‟, וואָס אַרבעט צו פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונג צווישן די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער ייִדן.

אויף דער יערלעכער נסיעה, וואָס קומט פֿאָר אין גאַנצן אין ניו־יאָרק, באַקענען זיך די סטודענטן מיט געוויסע פֿירער פֿון אַלע פֿיר רעליגיעזע ייִדישע שטראָמען און מיט אַ ברייטער גאַמע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. זיי פֿאָרשן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע קיין אַמעריקע, באַזוכן עליס־אײַלענד און דעם טענעמענט־מוזיי. צווישן די אַנדערע אַקטיוויטעטן, גייען די סטודענטן אויף אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער, און קוקן אַ דאָקומענטאַר וועגן די אַמעריקאַנער ייִדן אין קינאָ.

„אין ישׂראל, לערנט מען זיך נישט וועגן די אַמעריקאַנער ייִדן, כאָטש די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן זענען אָנגעפֿילט מיט אָפּטיילן פֿון ישׁראל־לימודים,‟ האָט באַמערקט דער פּראָפֿעסאָר פֿון חיפֿה־אוניווערסיטעט, גור אלרועי (עלראָיִ), דער דירעקטאָר פֿון דער פּראָגראַם.

במשך פֿונעם יאָר טרעפֿן זיך די סטודענטן איין טאָג אַ וואָך אויף אַ גאַנצן טאָג. די קלאַסן דעקן פֿאַרשידענע טעמעס — פֿון דער אַמעריקאַנער־ייִדישער אימיגראַציע און אַמעריקאַנער ציוניסטישע באַוועגונגען ביז דער אַמעריקאַנער־ייִדישער קולטור און הײַנטצײַטיקע ענינים.

זיי לייענען געשיכטע־ביכער אַזוי ווי אַרטור הערצבערגס “The Jews in America” („די ייִדן אין אַמעריקע”) און יונתן סאַרנאַס “American Judaism” („די אַמעריקאַנער ייִדישקייט”), ווי אויך אויסצוגן פֿונעם ראָמאַן “Portnoy’s Complaint” („פּאָרטנויס טענה”) פֿון פֿיליפּ ראָט, און קוקן געוויסע טיילן פֿון די Three Stooges־פֿילמען פֿון די שפּעטערע 1930ער יאָרן.

„מיר האָבן געשמועסט וועגן דעם, וואָס אין אַמעריקע קען אַ ייִד באַשליסן צי ער וויל יאָ אָדער נישט זיך אויסלעבן ווי אַ ייִד,‟ זאָגט עומרי (אָמרי) אשר, וואָס לערנט אַ קורס וועגן אַמעריקאַנער־ייִדישער קולטור און אידענטיטעט.

די פּראָגראַם ציט צו אַרום 100 אַפּליקאַנטן אַ יאָר, אָבער די 25 סטודענטן זענען לאַוו־דווקא אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם דורכשניטלעכן ישׂראלי. אַ סך פֿון זיי האָבן שוין געהאַט איבערלעבונגען מיט די נישט־אָרטאָדאָקסישע באַוועגונגען, וואָס האָבן אַ שוואַכן אָנזען אין ישׂראל. עטלעכע שטודירן אויף רעפֿאָרם־ראַבינער. אַנדערע האָבן געוווינט אַ צײַט מחוץ־לארץ.

געוויסע פֿון די סטודענטן האָבן געזאָגט, אַז ישׂראלים קענען זיך אַ סך לערנען וועגן די מעלות פֿונעם פֿרײַען „מאַרק‟ פֿון רעליגיע אין אַמעריקע. „אַ מאָל מיינען מיר, אַז ישׂראל איז דער צענטער פֿון ייִדישקייט — האָט געזאָגט אַסף גמזו (אַסאַף גאַמזו), איינער פֿון די סטודענטן — אָבער ס׳איז לאַוו־דווקא אַזוי.‟