ווען ייִדיש איז דאָס „טאַטע־לשון‟

When Yiddish is the "Father Tongue"

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 06, 2016, issue of June 25, 2016.

שמואל זערין מיט זײַן קינד
Facebook
שמואל זערין מיט זײַן קינד

שמואל זערין, אַ מוזיקער און אַ יונגער טאַטע אין פּראָווידענס, ראָד־אײַלענד, האָט לעצטנס אָנגעהויבן אַ נײַעם בלאָג וועגן דערציִען זײַן קינד אויף ייִדיש. דער בלאָג, וואָס הייסט Tate Loshn, איז אויף ענגליש, כּדי מענטשן וואָס קענען נישט קיין ייִדיש זאָלן עס אויך קענען לייענען.

זערין רעדט מיטן זון אויף ייִדיש, בשעת די מאַמע, וואָס קען ווייניק ייִדיש, רעדט מיט אים אויף ענגליש. דער ציל פֿונעם בלאָג איז צו דערקלערן דעם ברייטן עולם פֿאַרוואָס ער האָט זיך אונטערגענומען אַזאַ זאַך.

„מענטשן פֿרעגן מיך כּסדר, פֿאַרוואָס איך טו דאָס,‟ שרײַבט זערין אינעם אַרײַנפֿיר צום בלאָג. „מע פֿרעגט אַזוי צוליב עטלעכע סיבות: ווײַל ייִדיש איז נישט מײַן מאַמע־לשון; ווײַל זי איז אַן אומגעוויינטלעכע שפּראַך; ווײַל זי איז אַ ’טויטע‘ שפּראַך; ווײַל מענטשן האַלטן, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט רעדן העברעיִש אַנשטאָט ייִדיש; ווײַל איך בין נישט קיין חסיד; און אויך, ווײַל דאָס דערציִען קינדער אויף צוויי שפּראַכן איז בכלל אַ מאָדנע זאַך פֿאַר אַמעריקאַנער צו טאָן.‟

אינעם צווייטן פּאָסט, גיט זערין שוין איבער דרײַ סיבות פֿאַר זײַן באַשלוס: „ערשטנס, האָב איך ליב ייִדיש, און איך וויל אַז עס זאָלן וווינען מיט מיר מער מענטשן מיט וועמען איך קען רעדן ייִדיש יעדן טאָג. צווייטנס, איז ייִדיש אַ ריזיקער און וויכטיקער טייל פֿון מײַן קולטור־ירושה, און איך וויל עס איבערגעבן מײַנע קינדער. דריטנס, וויל איך, אַז ייִדיש זאָל האָבן אַ צוקונפֿט, און דאָס דערציִען קינדער מיט ייִדיש פֿאַרזיכערט, אַז זי וועט האָבן אַ צוקונפֿט.‟

זערין וויל אויך געבן צו פֿאַרשטיין זײַן איבערלעבונג ווי אַ ייִדישיסטישער טאַטע. „היות ווי ייִדיש איז אַן אומגעוויינטלעכע שפּראַך, בפֿרט פֿאַר קינדער, וויל איך אײַך, די לייענער, געבן אַן אַרײַנבליק אין אַזאַ אַוואַנטורע. ווי אַזוי געפֿין איך, למשל, די ייִדישע קינדער־ביכער, ־לידער, און ־פּראָגראַמען? וווּ געפֿינט מײַן זון ייִדיש־רעדנדיקע חבֿרים? וואָס זענען די שוועריקייטן, נישט נאָר פֿאַר מיר, נאָר אויך פֿאַר דער גאַנצער משפּחה, און אַפֿילו פֿאַר מײַנע חבֿרים?‟

דער נײַסטער פּאָסט, דער דריטער, איז וועגן איינער פֿון די פּראָגראַמען וואָס זערין קוקט מיט זײַן קינד. „אַלטער קאַרטאָן‟, אַ סעריע אַרויסגעגעבן פֿון דער „שוועדישער פּעדאַגאָגישער טראַנסמיסיע־פֿירמע‟, איז וועגן צוויי ראָבאָטן, ביידע — הענדלער, וואָס גייען אויף אַוואַנטורעס ווײַל עס ווערט זיי נימאס צו שטיין אַ גאַנצן טאָג אין קראָם.

די סעריע געפֿינט מען אויך אויף די אַנדערע אָפֿיציעלע שוועדישע מינאָריטעט־שפּראַכן, אַזוי ווי, למשל, פֿיניש און ראָמאַני (ציגײַנעריש). זערין זעט אַ גרויסע מעלה אין דער פּראָגראַם „אַלטער קאַרטאָן‟: „אַזוי ווי דאָס איז אַ דערציִערישע פּראָגראַם, קאָנצענטריריט זיך יעדער קאַפּיטל אויף אַ געוויסער טעמע, וואָס נישט נאָר איז זי דער פֿאָקוס פֿון די אַוואַנטורעס, נאָר זי ווערט אויך אויסגעפֿאָרשט אין פֿאַרשיידענע פּעדאַגאָגישע סעקציעס, וואָס פֿאַרברייטערן דעם קינדס וואָקאַבולאַר און כּוח־הדמיון.‟

צו לייענען שמואל זערינס בלאָג, גייט צו: //tate-loshn.weebly.com/ צו קוקן די סעריע „אַלטער קאַרטאָן‟, גייט צו: //urskola.se/Produkter/177019-Allti-Kartong-jiddisch-Manen.