די אַקטריסע נינע ראָגאָוו זכרונה לבֿרכה

Yiddish Actress, Nina Rogow, Has Passed Away

פֿון דוד־אליהו פֿישמאַן

Published July 08, 2016, issue of June 25, 2016.

נינע ראָגאָוו (די פֿערטע, פֿון לינקס) אין אַן אויפֿפֿירונג פֿון גאָלדפֿאַדענס „קאַלדוניע‟ אין ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער
David E. Fishman
נינע ראָגאָוו (די פֿערטע, פֿון לינקס) אין אַן אויפֿפֿירונג פֿון גאָלדפֿאַדענס „קאַלדוניע‟ אין ווײַסרוסישן ייִדישן מלוכה־טעאַטער

עס איז אַוועק אין דער אייביקייט איינע פֿון די שענסטע און איידלסטע מענטשן פֿון עלטערן דור, די ייִדישע אַקטריסע נינע ראָגאָוו, צו 93 יאָר.

נינע איז אויפֿגעוואַקסן אין דער סאָוועטישער מינסק, אָבער קיין שפּורן פֿון „סאָוועטישקייט‟ זײַנען אויף איר ניט געבליבן. אירע עלטערן זענען געווען ייִדישע פֿאָלקסמענטשן, און האָבן זי געשיקט אין אַ סאָוועטיש־ייִדישער שול. קורץ פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט נינע זיך אָנגעשלאָסן אין אַנסאַמבל פֿון ווײַסרוסישן ייִדישן מלאכה־טעאַטער, וווּ זי איז געווען די סאַמע ייִנגסטע אַקטריסע אין טעאַטער. דאָרטן, אויף דער בינע, האָט זי געטראָפֿן איר מאַן, דעם אַקטיאָר דוד ראָגאָוו, וואָס איז געהאַט אַריבערגעפֿאָרן פֿון דער אַנעקסירטער ווילנע קיין מינסק אין 1940.

נאָכן דײַטשישן אָנפֿאַל האָט דער טעאַטער זיך עוואַקויִרט קיין נאָוואָסיבירסק, טיף רוסלאַנד, וווּ נינע און די אַנדערע אַקטיאָרן האָבן געליטן פֿון הונגער, אָבער האָבן פֿאָרט איבערגעלעבט די מלחמה. נינעס טאַטע־מאַמע, ברודער און שוועסטער זענען אומגעקומען אין מינסקער געטאָ.

נאָך דער מלחמה, האָבן דוד און נינע זיך געזעגנט מיטן סאָוועטישן „גן־עדן‟ און זענען אַריבערגעפֿאָרן דורך פּוילן קיין דײַטשלאַנד, וווּ זיי האָבן זיך פֿאַראייניקט מיט די מאַסן פֿון דער שארית־הפּליטה. פֿיר יאָר צײַט האָבן זיי צוזאַמען געשטעלט ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען אין די „די־פּי‟־לאַגערן. דאָס איז, דאַכט זיך, געווען דער הויכפּונקט פֿון איר קינסטלערישער קאַריערע — ברענגען אַ טרייסט און אַ ברעקל פֿרייד די לעבן־געבליבענע פּליטים. אין מינכן איז אויך געבוירן געוואָרן נינע און דודס איין־איינציקע טאָכטער, לילי ע״ה.

אין 1950 זײַנען דוד און נינע אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זיי האָבן זיך באַזעצט אין קווינס, ניו־יאָרק, וווּ זיי זענען געווען שכנים און גוטע־פֿרײַנד מיטן ווילנער קולטור־טוער און זכּרון־טרעגער לייזער ראַן. דאָ האָבן זיי ממשיך געווען זייער בינע־טעטיקייט, מיט מאָריס שוואַרצס טעאַטער, מיט דער „פֿאָלקסבינע‟ און אין אַנדערע טרופּעס.