דיקענס „פּיטקוויק־פּאַפּירן‟ אויף ייִדיש

Dickens' Pickwick Papers in Yiddish


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 08, 2016, issue of June 25, 2016.

עס איז הײַנט, צום באַדויערן, כּמעט אַ יום־טובֿ, אַז אַ נײַ בוך זאָל אַרויסקומען אויף ייִדיש מחוץ דער חסידישער וועלט. מיט 80 יאָר צוריק האָט מען אַרויסגעגעבן הונדערטער ביכער אויף ייִדיש יעדעס יאָר, אַרײַנגערעכנט אַ סך איבערזעצונגען פֿון דער וועלט־ליטעראַטור. צווישן די פּאָפּולערע מחברים אין דער ייִדישער איבערזעצונג איז געווען דער גרויסער ענגלישער ראָמאַניסט טשאַרלס דיקענס.

אויף ייִדיש האָט מען אַרויסגעגעבן צום ווייניקסטן פֿיר ראָמאַנען פֿונעם באַליבטן מחבר און סאָציעלער קריטיקער פֿאַרן חורבן: אַ ייִדישער נוסח פֿון „דוד קאָפּערפֿילד‟ (מיטן חנעוודיקן טיטל „דוד בן דוד‟: ווילנע 1894), „אָליווער טוויסט‟ (קיִעוו 1925) „די שׂרפֿה אין לאָנדאָנער טורמע‟ (ווילנע 1924) און „דאָמבי און זון‟ (פֿאַרקירצט פֿאַר קינדער: ביאַליסטאָק 1922). די דאָזיקע ראָמאַנען קען מען לייענען בחינם אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ דאָ: //goo.gl/gNogaz.

לעצטנס האָט בעריש גאָלדשטיין, אַ מיטאַרבעטער אויפֿן „אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך‟ און דער איבערזעצער פֿון דזש. ר. ר. טאָלקינס ריזיקן ראָמאַן אין דרײַ טיילן „דער האַר פֿון די פֿינגערלעך‟ אויף ייִדיש, געמאָלדן, אַז ס׳איז שוין אַרויס פֿון דרוק דער ערשטער טייל פֿון טשאַרלס דיקענס׳ ראָמאַן „די פּיקוויק־פּאַפּירן‟. דאָס בוך, באמת אַ סעריע קורצע באַשרײַבונגען פֿון לאָנדאָנער פֿאָלקס־טיפּן פֿון די 1820ער יאָרן, האָט דיקענס אָנגעשריבן אין פֿאַרשידענע טיילן און אַרויסגעלאָזט אין המשכים. דאָס בוך, וואָס דער גרויסער מחבר האָט פֿאַרענדיקט ווען ער איז בלויז געווען 24 יאָר אַלט, צייכנט זיך אויס מיט זײַנע הומאָריסטישע העלדן און זײַן סאָציעלע סאַטירע איבער דער בריטישער געזעלשאַפֿט. ניט געקוקט אויפֿן ראָמאַנס מעלות, אָבער, איז ער צום מערסטנס הײַנט באַקאַנט אַ דאַנק דעם, וואָס ער איז געווען דער ערשטער, וואָס דיקענס האָט באַוויזן אַרויסצולאָזן.

דער ראָמאַן קען מען קויפֿן אויף „אַמאַזאָן‟ דאָ: https://goo.gl/DP5yVv.