ידיעות פֿון מעלבורן

די פֿילם־מאַכערין טרײסי ספּרינג
די פֿילם־מאַכערין טרײסי ספּרינג

פֿון שרה זילבערמאַן

Published July 11, 2016, issue of July 27, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּראָגראַם וועגן עגונות אױף אױסטראַלישער טעלעװיזיע

אױסטראַליעס רעגירונג טעלעװיזיע־קאַנאַל, די אױסטראַלישע בראָדקעסט קאָרפּאָראַציע, װעט װײַזן אַ סעריע אױדיציעס װעגן גטן זיך בײַ פֿאַרשײדענע רעליגיעס, װאָס װעט הײסן „גטן זיך לױט גאָט“ (Divorce According to God). אײנע פֿון די אױדיציעס װעט זיך פֿאַרנעמען מיט גטן בײַ ייִדן און דער עיקר װעגן דער לאַגע פֿון דער עגונה. די פֿילם־מאַכערין, טרײסי ספּרינג, איז אַ פֿרױ פֿון סידנעי װאָס האָט פֿריִער געפּרוּװט אײַנרעדן די קאָרפּאָראַציע צו מאַכן אַ דאָקומענטאָר־פֿילם װעגן אױסטראַלישע בתּי־דין. זי האָט אינטערװיוּירט צװײ עגונות פֿאַרן איצטיקן דאָקומאַנטאַר.

דאָרין בעקװיט, וואָס איז די עלטסטע עגונה אין אױסטראַליע, איז 93 יאָר אַלט. איר מאַן, װיקטאָר װעקװיט, איז פֿאַרשװוּנדן מיט 63 יאָר צוריק. דאָרין איז געבליבן אַלײן מיט צװײ קלײנע קינדער אױפֿן אױסטראַלישן דאָרף. קײנער װײסט ניט צי װיקטאָר לעבט אָדער נישט. אַזױ װי דאָרין קען נישט װײַזן אױף זיכער אַז װיקטאָר איז טױט, איז זי נישט קײן אַלמנה. אַזױ װי קײנער קען נישט װײַזן אױף זיכער אַז ער לעבט, קען דאָרין נישט קריגן פֿון אים קײן גט.

די צװײטע עגונה הײסט לאַנאַ קרײן. איר מאַן איז אַװעק פֿון איר מיט 17 יאָר צוריק. זי איז אױך געבליבן אַלײן מיט צװײ קלײנע קינדער. זי װײסט אָבער גאַנץ גוט אַז איר מאַן לעבט. אַז זי האָט געפֿאָדערט פֿון אים אַ גט, האָט דער מאַן געפֿאָדערט אױף צוריק אַז זי זאָל אים באַצאָלן פֿופֿציק טױזנט אַמעריקאַנער דאָלאַרן פֿאַר זײַן הסכּמה.

די פֿילם־מאַכערין האָט אױך גערעדט מיט אָרגאָניזאַציעס װעלכע אַרבעטן לטובֿת די עגונות — צװישן זײ, דעם מעלבורנער צװײַג פֿונעם אינטערנאַציאָנלן ראַט פֿון ייִדישע פֿרױען. די פֿאָרזיצערין פֿון איר סטאַטוס פֿון פֿרױען לױטן הלכה־קאָמיטעט, סוזי איװאַני, האָט באַטאָנט אַז די לאַגע פֿון עגונות איז פּראָבלעמאַטיש בײַ אַלע מינים ייִדן איבער גאָר דער װעלט.

טרײסי ספּרינג האָט אױך גערעדט מיט אַן אַדװאָקאַט װאָס האָט געטענהט לעצטנס אין אַן אױסטראַליש געריכט אַז דאָס נישט געבן אַ גט איז אַ פֿאָרם פֿון צװאַנג און קאָנטראָל מצד דעם מאַן איבער דער פֿרױ. דער ריכטער איז געװען מסכּים מיט איר. די אַדװאָקאַטין, טליה פֿײַגענבױם, האָט אױך פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל װעגן דער לאַגע פֿון עגונות אין דער אױסטראַליש־ייִדישער װאָכנשריפֿט, „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס“.

אינעם אַרטיקל שטעלט זי פֿעסט אַז עגונות זײַנען אַ מינדערהײט פֿון די ייִדישע פֿרױען װעלכע זײַנען זיך צעגאַנגען מיט זײערע מאַנען. זי רעדט װעגן דער אַמעריקאַנער אַדװאָקאַטין רחל מאַרקס, װאָס פֿאַרגלײַכט דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון געבן אָדער נעמען אַ גט (מצד מאַן אָדער װײַב) מיטן טעראָריזם. פֿײַגענבױם באַשולדיקט די ייִדישע קהילה אין דערלױבן אַזאַ אױפֿפֿירונג אין אַזאַ צײַט.

פֿײַגענבױם שרײַבט אױך װעגן דער לאַגע פֿון דער פֿרױ װאָס װאַרט אױף אַ גט בעת זי טענהט זיך אױס מיטן געװעזענעם מאַן אין אױסטראַלישע משפּחה־געריכטן, װעלכע זײַנען געשאַפֿן געװאָרן כּדי צו פֿאַרקלענערן דאָס עגמת־נפֿש פֿון בײדע צדדים בעת די פֿאַרהאַנדלונגען. עס װײַזט זיך אױס אַז נישט אַלע ריכטער נעמען אָן די טענה אַז דאָס געבן אָדער נעמען אַ גט דאַרף זײַן אַנערקענט װי אַ תּנאי אין אױסטראַלישע געריכטן.

זי ברענגט אַ נײַעם פֿאַל, װוּ דער בית־דין פֿון דער ישׂראלדיקער שטאָט נתניה איז מסכּים געװען אין פֿעברואַר הײַיאָר, אַז דאָס עמאָציאָנעלע מיס־האַנדלונג איז אַ גענוגנדיקע סיבה צו פֿאָדערן אַז אַ גט זאָל געגעבן װערן. פֿײַגענבױם רעדט אױך װעגן די כּלל־טוערס װעלכע אַרבעטן צו דערציִען זײערע קהילות צו זוכן אַ דיאַלאָג און לײזונגען. די גרופּע „ישר“ באַשטײט פֿון אַדװאָקאַטן, רבנים און כּלל־טוערס װעלכע זוכן אַ הלכישע לײזונג צו דער לאַגע פֿון דער עגונה. איר ערשטער סימפּאָזיום איז פֿאָרגעקומען אין מעלבורן אין חודש מײַ הײַיאָר.


„באַשעוויס זינגערס‟ טרעטן אויף בײַ דער קונסט־גאַלערײ אין מעלבורן

כאַסקי גאַװענדע און גדעון פּרײַס זײַנען צװײ קרובֿים װעלכע האָבן ליב צו זינגען צוזאַמען — סײַ ענגלישע לידער, סײַ ייִדישע לידער. זײ זינגען צוזאַמען כּמעט זינט זײ זײַנען געבױרן געװאָרן. זײ זײַנען פּראָדוקטן פֿונעם שלום־עליכם קאָלעדזש, פֿון דער שלום־עליכם זונטיק־שול און פֿונעם סקיף אין מעלבורן. זײ זײַנען נאָך מער אַ פּראָדוקט פֿון זײער אַ מוזיקאַלישע משפּחה.

כאַסקי און גדעון האָבן אױך ליב צו שאַפֿן נײַע לידער — סײַ ענגלישע לידער, סײַ ייִדישע לידער. זײ טוען דאָס זינט 2011. אױף ענגליש שטעלן זײ פֿאָר װי אַן „אינדי מוזיק“ קאַפּעליע װאָס הײסט „האָסקי‟ (אַזױ רופֿן די װעלכע זײַנען נישט בכּוח אַרױסצורעדן דעם „כ‟ דעם יונגן גאַװענדע). אױף ייִדיש שטעלן זײ פֿאָר צוזאַמען מיט כאַסקיס שװעסטער, חוהלע, אין דער ייִדישער ”אינדי‟ קאַפּעליע „די באַשעװיס־זינגערס“. בײדע גרופּעס לאָזן אַרױס קאָמפּאַקטלעך מיט פּרעכטיקע לידער און האַרמאָניעס.

לעצטנס איז די קאַפּעליע „האָסקי“ געװען פֿאַרבעטן פֿאָרצושטעלן אױף די װעכנטלעכע מוזיקאַלישע אָװנטן װעלכע קומען פֿאָר יעדן פֿרײַטיק בײַ נאַכט בײַ מעלבורנס נאַציאָנאַלער קונסט גאַלערײ.