חורבן־מוזיי: כאַפּט ניט קיין „פּאָקעמאָן‟ דאָ!

Holocaust Museum: Stop Catching Pokemon Here


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 13, 2016, issue of July 27, 2016.

אין די סוף־1990ער יאָרן איז די אַנימירטע יאַפּאַנישע טעלעוויזיע־סעריע „פּאָקעמאָן‟ געוואָרן אַ סענסאַציע איבער דער וועלט. אויפֿן סמך פֿון דער פּראָגראַם, וואָס פֿאָלגט נאָך די אַוואַנטורעס פֿון יונגע־לײַט, וואָס דערכאַפּן און האָדעווען פֿאַנטאַסטישע בעלי־חיים וואָס הייסן „פּאָקעמאָן‟ (טײַטש: „קעשענע־מאָנסטערס‟), האָט מען געשאַפֿן אַ ריי ווידעאָ־שפּילן, וואָס זענען געוואָרן צווישן די פּאָפּולערסטע אין דער געשיכטע. כּמעט יעדעס אַמעריקאַנער קינד האָט צו יענער צײַט געקוקט די טעלעוויזיע־סעריע און/אָדער געשפּילט די ווידעאָ־שפּילן.

הײַנט, אַרום 20 יאָר שפּעטער, איז „פּאָקעמאָן‟ פּלוצלינג ווידער געוואָרן אַ געזעלשאַפֿטלעכער פֿענאָמען. אַ דאַנק אַ נײַער אַפּליקאַציע פֿאַר די סמאַרטפֿאָנס, קענען די דערוואַקסענע, וואָס געדענקען די שפּיל פֿון זייער יונגט, איצט אַרומגיין כאַפּן „פּאָקעמאָן‟ אין פֿאַרשידענע באַקאַנטע בנינים און סתּם צופֿעליקע וועלדער, וווּ דער „אַפּ‟ לאָזט זיי איבער. די נײַע פּראָגראַם, וואָס מע שפּילט בשעת מע גייט פֿון איין אָרט צום צווייטן, איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז מע הערט באַריכטן, אַז מענטשן שפּילן אַפֿילו בײַ דער אַרבעט און שטויסן זיך אײַן איינער אויפֿן אַנדערן, ווײַל זיי קוקן נאָר אויף זייערע טעלעפֿאָנען. איין פֿרוי אין ווײַאָמינג האָט אַנטדעקט אַ מת בשעתן יאָגן זיך נאָך „פּאָקעמאָן‟. פֿיר גנבֿים אין מיזורי האָבן אַפֿילו באַרויבט מענטשן, נאָך דעם וואָס זיי האָבן אײַנגערעדט די פֿאַרבײַגייער, אַז בײַ זיי געפֿינען זיך זעלטענע „פּאָקעמאָן‟־באַשעפֿענישן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז ניט אַלע זענען צופֿרידן וואָס מיליאָנען מענטשן אין זייערע 20ער און 30ער יאָרן גייען איצט אַרום אויף אַ געיעג נאָך „פּאָקעמאָן‟. געוויסע מוזייען האָבן באַמערקט, אַז אַ סך באַזוכער קוקן בכלל ניט אויף די אויסשטעלונגען, ווײַל זיי זענען פֿאַרכאַפּט מיט דער „פּאָקעמאָן‟־שפּיל. אין וואַשינגטאָן האָט דער נאַציאָנאַלער חורבן־מוזיי קריטיקירט געוויסע „פּאָקעמאָניקעס‟, נאָך דעם ווי זייער „נאָכיאָגן‟ די בעלי־חיים האָט געשטערט אַנדערע באַזוכער.

אַנדרו האָלינגער, דער דירעקטאָר פֿון קאָמוניקאַציע בײַם מוזיי, האָט דערקלערט דער צײַטונג „וואַשינגטאָן־פּאָסט‟, אַז „ס׳איז ניט פּאַסיק צו שפּילן דאָ אין אונדזער מוזיי, וואָס איז אַ דענקמאָל נאָך די קרבנות פֿונעם נאַציזם‟. ער האָט ווײַטער דערקלערט, אַז די אָנפֿירער פֿונעם מוזיי פּרובירן צו פֿאַרזיכערן, אַז דער „אַפּ‟ וועט מער ניט באַהאַלטן קיין „פּאָקעמאָן‟ אין זייער בנין.

דער ענין איז געוואָרן באמת עקלדיק נאָך דעם, וואָס עמעצער וועלכער האָט געהאַלטן אין מיטן שפּילן פּאָקעמאָן אינעם חורבן־מוזיי האָט, אַ פּנים, געזען אַ „קאָפֿינג‟, אַ מין פּאָקעמאָן, וואָס דערהרגעט אַנדערע פּאָקעמאָן־באַשעפֿענישן דורכן באַשפּריצן זיי מיט אַ גיפֿטיקן גאַז. אַדרו האָלינגער, דער וואָרטזאָגער פֿאַרן חורבן־מוזיי האָט איבערגעגעבן, אַז די אָרגאַניזאַציע איז באַאומרויִקט געוואָרן צוליב פֿאַרשטענדלעכע סיבות.

בכלל האַלט דער מוזיי, אַז ס׳איז ניט פּאַסיק, אַז מענטשן זאָלן שפּילן אין אַזעלכע פֿאַנטאַזיעס און זיך יאָגן נאָך אויסגעטראַכטע בעלי־חיים אין אַן אָרט, וואָס גיט אָפּ כּבֿוד די געליטענע פֿון אַ גענאָציד. ניט געקוקט אויף דעם, אָבער, האָט אַנדרעאַ פּעטערסאָן, אַ זשורנאַליסטקע בײַ דער „וואַשינגטאָן־פּאָסט‟, ווײַטער דערזען מענטשן אינעם מוזיי, וואָס האַלטן אין שפּילן „פּאָקעמאָן‟. די שפּילער האָבן דערקלערט די רעפּאָרטערקע, אַז זיי האָבן ניט געמיינט מיט דעם קיין שלעכטנס, נאָר זיי זענען געווען אַזוי פֿאַרכאַפּט מיט דער שפּיל, אַז זיי האָבן פּשוט ניט געקענט אויפֿהערן שפּילן, אַפֿילו בײַ אויסשטעלונגען וועגן דער אויסראָטונג פֿון מיליאָנען מענטשן.