אַ פּרעכטיקער 20־מינוטיקער אינטערוויו אויף ייִדיש מיטן זינגער, אַקטיאָר און הומאַניטאַריער טעאָדאָר ביקעל ז״ל איז לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף דער וועבזײַט פֿונעם „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור און שפּראַך („ציקל‟).
דער אינטערוויו, וואָס ווערט באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, איז בלויז אַ חלק פֿון אַ לענגערן אינטערוויו מיט אים, דורכגעפֿירט דורך מרים קאָראַל. דער גאַנצער אינטערוויו דויערט צוויי שעה לאַנג, און וועט אַרויפֿגעשטעלט ווערן, אָן אונטערקעפּלעך, אין דער נאָענטער צוקונפֿט.
דער ווידעאָ איז אַ טייל פֿון אַ ספּעציעלער זײַט געשאַפֿן אין ביקעלס אָנדענק, כּדי צו באַקענען דעם ברייטן עולם מיט זײַנע אויפֿטוען. אַחוץ דעם אינטערוויו קען מען אויף דער זײַט זען פֿילמען וועגן אים, זיך דערוויסן וועגן די ביכער וואָס מע האָט וועגן אים אָנגעשריבן, און הערן אָן אַ שיעור רעקאָרדירונגען פֿון זײַנע לידער.
ביקעל איז געװען אַ הויפּט טשעמפּיאָן פֿאַר ייִדיש און האָט געהאַט אַ ספּעציעלע פֿאַרבינדונג מיט „ציקל‟. ער איז אָפֿט געווען אַ גאַסט אויף אירע אונטערנעמונגען, און האָט דער אָרגאַניזאַציע אָפּגעשריבן אַ שיינע מתּנה אין זײַן צוואה.
אַחוץ דער אָנדענק־זײַט האָט „ציקל‟ אויך געגרינדעט אַ פֿאַרמעסט לזכּרון ביקעל, „דער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנקורס פֿון איבערזעצן ייִדישע פּאָעזיע אויף ענגליש‟. ביקעל האָט שטאַרק ליב געהאַט איבערצוזעצן ייִדישע פּאָעזיע און לידער, און דערפֿאַר האָט די אָרגאַניזאַציע געהאַלטן, אַז דאָס איז אַ פּאַסיקער אופֿן אָפּצומערקן זײַן אָנדענק.
איין ליד, וואָס ביקעל האָט איבערגעזעצט איז י. פּאַפֿערניקאָווס „זאָל זײַן‟. אָט זענען די ווערטער אין אָריגינאַל, און נאָך דעם — ביקעלס איבערזעצונג:
זאָל זײַן, אַז איך בױ אין דער לופֿט מײַנע שלעסער
זאָל זײַן, אַז מײַן גאָט איז אין גאַנצן ניטאָ
אין טרױם איז מיר העלער, אין טרױם איז מיר בעסער
אין חלום דער הימל איז בלױער פֿון בלאָ.
זאָל זײַן, אַז כ’װעל קײן מאָל צום ציל ניט דערלאַנגען
זאָל זײַן, אַז מײַן שיף װעט ניט קומען צום ברעג
מיר גײט ניט אין דעם, איך זאָל האָבן דערגאַנגען
מיר גײט נאָר אין גאַנג אױף אַ זוניקן װעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.