אַ גרופּע יונגע אויפֿפּאַסער פֿון אַ חב״ד־זומער־לאַגער זענען שיִער נישט געוואָרן קרבנות פֿונעם טעראָריסטישן אַטאַק אין ניס, פֿראַנקרײַך, דאָנערשטיק אויף דער נאַכט, נאָך דעם ווי אַ מאַן האָט בכּיוון אַרײַנגעקראַכט זײַן משׂא־אויטאָ אינעם המון מענטשן, בעת אַ פֿײַערונג לכּבֿוד דעם „באַסטיל־טאָג‟.
זעקס ייִדן זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אָדער מע האָט זיי ביז פֿרײַטיק נאָך נישט געהאַט געפֿונען. לויט אַ באַריכט אינעם Times of Israel, זענען צוויי ייִדישע שוועסטער — קלאַראַ בן־שמעון, 80 יאָר אַלט, און ריימאָנד מאַמאַן, 77 יאָר אַלט — פֿרײַטיק געווען אין אַן ערנסטן מצבֿ.
דעם שאָפֿער פֿונעם משׂא־טויטאָ האָט די פּאָליציי דערשאָסן אויף טויט נאָך דעם ווי ער איז אַרויסגעשפּרונגען פֿון משׂא־אויטאָ און אָנגעהויבן שיסן אינעם עולם.
דער פּערסאָנאַל פֿונעם חב״דער טאָגלאַגער, „גן ישׂראל‟, איז געקומען זען די פֿײַערווערק־פֿאָרשטעלונג לכּבֿוד דעם „באַסטיל־טאָג‟. די יונגע לײַט זענען געשטאַנען אויפֿן אָרט פֿונעם אַטאַק בלויז עטלעכע מינוט איידער דער טעראָריסט איז אַרײַנגעפֿאָרן אינעם המון. 84 מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן, און 202 אַנדערע — פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אָדער מע האָט זיי נישט געפֿונען.
די קעמפּ־אויפֿפּאַסער האָבן ערשט געהאַט אַריבערגעגאַנגען די גאַס, ווען דער משׂא־אויטאָ איז אָנגעפֿאָרן. „זיי האָבן געמוזט אַנטלויפֿן פֿונעם משׂא־אויטאָ. ס׳איז בלויז געווען עטלעכע פֿוס אַוועק,‟ האָט איבערגעגעבן הרבֿ יוסף־יצחק פּינסאָן, דער דירעקטאָר פֿונעם אָרטיקן חב״ד.
די חב״ד וועבזײַט Chabad.org האָט אויסגערעכנט די נעמען פֿון די זעקס פֿאַרוווּנדיקטע ייִדן, ניצנדיק זייערע ייִדישע נעמען און די נעמען פֿון זייערע מאַמעס, לויט דער טראַדיציע בײַם זאָגן אַ מי־שברך אָדער תּהילים פֿאַר געליטענע: אַקסעל בן יעל, משה בן יעקבֿ, קלאַראַ בת נונאַ און יונתן בן זוזי. צוויי אַנדערע ייִדן, דזשאָן דריי און דאָמיניק אַזאַן, האָט מען דערווײַל ווײַטער געזוכט.
דער פּאַריזער פּראָקוראָר פֿראַנסואַ מאָלען האָט אידענטיפֿיצירט דעם טעראָריסט ווי מאָהאַמעד לאַהואַיעדזש בולעל, אַן 31־יאָריקער משׂא־אויטאָ שאָפֿער דערצויגן אין מסאַקען, טוניזיע. די פּאָליציי האָט אָנגעהויבן אויספֿאָרשן צוויי ערטער אין ניס, אַרײַנגערעכנט אַ הויז, וווּ עס געפֿינט זיך אַ שילד מיט בולעלס נאָמען.
קיין אָרגאַניזאַציע האָט נישט אָנגענומען דאָס אַחריות פֿאַרן אַטאַק אָבער געוויסע אינטערנעץ־קאָנטעס פֿאַרבונדן מיט „אײַסיס‟ און „אַל־קײַדאַ‟ האָבן אויסגעדריקט לויב דערפֿאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.