די „אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע־אַסאָציאַציע‟ האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ וועט הײַיאָר באַקומען צוויי פּרעמיעס פֿאַר אַרטיקלען וואָס די צײַטונג האָט געדרוקט אין 2015. די פּרעמיעס, אויפֿן נאָמען פֿון שמעון ראָקאָווער, אָנערקענען אויסגעצייכנטן זשורנאַליזם אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע.
די אַרטיקלען, וואָס מע וועט אָפֿיציעל צוטיילן אין נאָוועמבער אין וואַשינגטאָן, האָבן אָנגעשריבן די רעדאַקטאָרשע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, שׂרה־רחל שעכטער און דזשאָרדין קוציק, אַ מיטאַרבעטער אין דער צײַטונג. שׂרה־רחל שעכטערס פּראָפֿיל פֿון הרבֿ אַהרן פֿראַנק, דער פֿרומער דירעקטאָר פֿון אַ וועלטלעכער ייִדישער טאָגשול, האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז אין דער קאַטעגאָריע „מענטשן און געשעענישן‟ פֿאַר צײַטונגען וואָס האָבן אַ טיראַזש פֿון ווייניקער ווי 7,500 אַבאָנענטן.
דזשאָרדין קוציקס פּראָפֿיל פֿון זיגי גרובער, דער אייגנטימער און הויפּט־קאָכער פֿון אַ פּאָפּולערן דעלי־רעסטאָראַן אין היוסטאָן, טעקסאַס, האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז אין דער קאַטעגאָריע „אויסצייכענונג אויפֿן נאָמען פֿון דוד פֿראַנק פֿאַר אַן אויסגעצייכנטן פּראָפֿיל פֿון אַ פּערזענלעכקייט‟ פֿאַר צײַטונגען, וואָס האָבן אַ טיראַזש פֿון ווייניקער ווי 15,000 אַבאָנענטן.
די ריכטער האָבן איבערגעגעבן אין זייער דערקלערונג אַז שׂרה־רחל שעכטערס אַרטיקל האָט געשילדערט אַן „אינספּירירנדיקע געשיכטע פֿון אַ לערער מיט אַ וווּנדערלעכער צוקונפֿט, וואָס וועט העלפֿן צו בויען אַ שיינע צוקונפֿט פֿאַר ייִדישקייט‟. וועגן דזשאָרדין קוציקס אַרטיקל האָבן די ריכטער באַמערקט אַז „די געשיכטע וועגן דעם ׳דעלי־מאַן׳ זיגי גרובער איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעך געמיש פֿון פּערזענלעכקייט און קולטור, געשריבן מיט אַ געשליפֿענער פּען. ס׳איז געווען אַ מחיה צו לייענען‟.
אַחוץ די צוויי „ראָקאָווער‟־פּרעמיעס וועט די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע אויך באַקומען נאָך 15 אויסצייכענונגען, 10 אויפֿן ערשטן אָרט און 5 אויפֿן צווייטן אָרט פֿאַר אַרטיקלען, וואָס מע האָט געדרוקט פֿאַראַיאָרן אינעם Forward.
די פֿאָלגנדיקע שרײַבער און קינסטלער זענען אויך געקומען אויפֿן ערשטן אָרט:
דזשיי דזשיי גאָלדבערג: פֿאַר זײַן סעריע מיינונגס־אַרטיקלען וועגן דער ישׂראל־פּאָליטיק.
דזשיי מיקעלסאָן: פֿאַר זײַן מיינונגס־אַרטיקל „פֿאַר וואָס דער חסיד איז געווען גערעכט צו ווײַזן אַ גראָבן זשעסט אַן אַנטי־כּפּרות־פּראָטעסטירער‟.
שׂרה קאַבאַקאָוו: פֿאַר איר עסיי וועגן דעם, אַז דער ראַבינער מאַרק גאַפֿני האָט זי באַלעסטיקט צו דרײַצן יאָר.
דזשיין אײַזנער: די רעדאַקטאָרשע פֿונעם Forward, וועט באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿאַר אירע עדיטאָריאַלן.
לאַרי קאָלער־עסעס: פֿאַר זײַן פּרטימדיקן באַריכט פֿון איראַן.
סיגאַל סאַמועל: פֿאַר איר באַריכט פֿון אינדיע וועגן איר משפּחהס וואָרצלען.
דייוו שעכטער: פֿאַר זײַן אַרטיקל וועגן דער טאָכטער פֿון סאָלאָמאָן שעכטער, אַ גרינדער פֿונעם קאָנסערוואַטיוון ייִדנטום אין אַמעריקע.
קורט האָפֿמאַן: פֿאַר זײַן אויסשטעל פֿון דער צײַטונג.
אַניע אוליניטש: פֿאַר אירע אילוסטראַציעס.
דזשיין אײַזנער און אַן כּהן פֿאַרן צוציִען לייענער דורך דיגיטאַלישע מיטלען („פֿייסבוק‟, „טוויטער‟, און די וועבזײַט).
נעמי זעוועלאָף, עזרא גלינטער, פּאָל בערגער, ראָבערט זאַרעצקי און דזשאָש נתן־קאַזיס וועלן באַקומען „ראָקאָווער־אויסצייכענונגען‟ אויפֿן צווייטן אָרט פֿאַר זייערע אַרטיקלען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.