ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

דער קינדער־דאָקטער מײַקל פֿרילענדער פֿון דער „לייבאָר‟־פּאַרטיי (רעכטס) און דער ערשטער ייִדישער „ליבעראַל‟ פֿון ניו־סאַוט וויילס, דזשוליאַן ליסער
דער קינדער־דאָקטער מײַקל פֿרילענדער פֿון דער „לייבאָר‟־פּאַרטיי (רעכטס) און דער ערשטער ייִדישער „ליבעראַל‟ פֿון ניו־סאַוט וויילס, דזשוליאַן ליסער

פֿון שרה זילבערמאַן

Published July 18, 2016, issue of July 27, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדן און די רעזולטאַטן פֿון אויסטראַליעס פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן

כּמעט צװײ װאָכן נאָך אױסטראַליעס פּאַרלאַמענטאַרע װאַלן, צײלט מען נאָך אַלץ די שטימען, אײן צעטעלע נאָכן צװײטן. מע װײסט שױן אָבער יאָ אַז די לאַנג־יאָריקע קאָאַליציע פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ און דער דאָרף־אָריענטירטער „קאָנטרי‟ פּאַרטײ איז באַרעכטיקט צו שאַפֿן די נײַע רעגירונג װײַל די קלענסטע מעגלעכע מערהײט פֿון די מיטגלידער פֿונעם רעפּרעזענטאַנטן־הױז געהערט צו די צװײ פּאַרטײען.

פֿאַר די װאַלן האָבן דרײַ ייִדן געדינט אינעם אױסטראַלישן פּאַרלאַמענט, אַלע פֿון מעלבורן. צװײ זײַנען געװען פֿון דער „לײבאָר‟ פּאַרטײ און אײנער איז געװען פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ. איצט װעלן זעקס ייִדן דינען אינעם נײַעם פּאַרלאַמענט. דרײַ זײַנען פֿון מעלבורן, צװײ זײַנען פֿון סידנעי און אײנער איז פֿון פּערט. דרײַ געהערן צו דער „לײבאָר“ פּאַרטײ, צװײ געהערן צו דער ליבעראַלער פּאַרטײ און אײנער געהערט צו אײנער פֿון די „פּאַרטײעלעך‟ װעלכע האָבן געװוּנען ערטער סײַ אינעם סענאַט, סײַ אינעם רעפּרעזענטאַנטן־הױז בײַ די לעצטע װאַלן.

פֿאָרשטײערס פֿון פֿיל ייִדישע קהלישע אָרגאָניזאַציעס האָבן געװוּנטשן אַלע געװינערס מזל־טובֿ. זײ האָבן אױך אױסגעדריקט זאָרג װעגן דעם פֿאַקט װאָס די װײַט רעכט־געשטימטע „אײן נאַציע‟ פּאַרטײ איז װידער אַרײַן אינעם נאַציאָנאַלן פּאַרלאַמענט. די פּאַרטײ פֿאָדערט אַז מוסולעמענער זאָלן נישט מעגן זיך באַזעצן אין אױסטראַליע. דער „אױסטראַליע/ישׂראל און ייִדישע ענינים ראַט‟ האָט אָפֿן געטאַדלט דעם קסענאָפֿאָבישן קוקװינקל פֿון דער־אָ פּאַרטײ.

זיבן מלוכהלײַט פֿון דער „לײבאָר“ פּאַרטײ אין װיקטאָריע האָבן זיך אומגעקערט לעצטנס פֿון מדינת־ישׂראל, װוּ זײ זײַנען געװען אױף באַזוך. די רײַזע איז געװען אײַנגעאָרדנט פֿונעם „אױסטראַליע/ישׂראל און ייִדישע ענינים ראַט‟. די מלוכהלײַט האָבן אָפּגעגעבן א באַריכט װעגן דער רײַזע בײַ אַן עקזעקוטיװ זיצונג פֿון דער אָרגאָניזאַציע „ציוניזם אױסטראַליע‟. זײ האָבן דערצײלט װי זײ זײַנען בײַגעװען אינעם הױפּט לאָקאַל פֿון „מגן דוד אדום‟ בעת אַ באָמבע האָט זיך אױפֿגעריסן אין אַ ירושלימער אױטאָבוס. זײ האָבן אױך באַזוכט די שטאָט שׂדרות, דעם „הדסה שפּיטאָל‟, דעם „זיוו שפּיטאָל‟ אין צפֿת און אַנדערע ערטער. די מלוכהלײַט האָבן דערמאָנט די מעשׂיות פֿון די יחידים מיט װעמען זײ האָבן זיך באַקענט בעתן װיזיט און האָבן איבערגעגעבן אױף װיפֿל די יחידים האָבן געמאַכט אַ גוטן אײַנדרוק אױף זײ.


הרבֿ יעקבֿ גלאַסמאַן דערקלערט פֿאַר װאָס געװיסע ייִדן װילן נישט געבן אָדער נעמען קײן גט

דער מעלבורנער בית־דין זאָגט אַז ער װײסט הײַנט־צו־טאָג װעגן נאָר זיבן פֿאַלן פֿון מאַנען װעלכע װילן נישט געבן זײערע געװעזענע פֿרױען אַ גט, און פֿיר פֿאַלן פֿון פֿרױען װעלכע װילן בשום־אופֿן נישט אָננעמען קײן גט פֿון זײערע געװעזענע מאַנען — סך־הכּל עלף פֿאַלן פֿון עגונות אָדער עגונים אין מעלבורן. די פֿאָריקע װאָך האָב איך געשריבן װעגן אַ טעלעװיזיע־אױדיציע װעגן עגונות װאָס איז געװיזן געװאָרן אױפֿן אױסטראַלישן טעלעװיזיע־קאַנאַל „אײ־בי־סי‟. הײַנט װעל איך שרײַבן אַ ביסל װעגן דער רעאַקציע אױף אָט דער טעלעװיזיע־אױדיציע צװישן אױסטראַלישע ייִדן.

הרבֿ יעקבֿ גלאַסמאַן האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל די װאָך אין דער װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ אין װעלכן ער באַשרײַבט פֿאַרשײדענע מאָטיװאַציעס פֿון די װעלכע װילן נישט געבן אָדער נישט נעמען קײן גט. ער באַטאָנט אַז די ברײטערע ייִדישע באַפֿעלקערונג מוז באַאײַנפֿלוסן אַזעלכע לײַט און נישט טאָלאָרירן אַז דער גט זאָל זײַן אַ קאַמפֿס־מיטל בײַ פּאָרפֿעלקער װעלכע צעגײען זיך. נאָר אַזױ, לױט אים, קען דער ענין דערלײדיקט װערן, כּדי בײדע צדדים זאָלן זײַן באַרעכטיקט װײַטער אָנצוגײן מיט זײערע לעבנס.

אַנדערע האָבן זיך אָפּגערופֿן אױף דער טעלעװיזיע־אױדיציע דורך שרײַבן בריװ אין דער רעדאַקציע. הרבֿ איִען גודהאַרט, אַ מיטגליד פֿונעם מעלבורנער בית־דין, זאָגט צו װײַטער אָנצופֿירן מיט אַ קאַמפּאַניע אײַנצורעדן אױסטראַלישע מלוכהלײַט גוטצוהײסן געזעץ־פּלענער װעלכע זײַנען באַזירט אױף די איצטיקע געזעצן אין בריטאַניע, קאַנאַדע, דרום־אַפֿריקע, ניו־יאָרק און אַנדערע אַמעריקאַנער שטאַטן. דאָס הײסט, אַז לױטן אױסטראַלישן געזעץ זאָל מער נישט זײַן מעגלעך צו קריגן אַ ציװילן גט אײדער מע קריגט אַ גט פֿונעם לאָקאַלן בית־דין. ער גרײט צו אַ פּעטיציע װאָס פֿאָדערט אַזאַ ענדערונג צום ציװילן געזעץ און װעט דאָס צושיקן צו אױסטראַלישע שילן און קהלישע אָרגאָניזאַציעס.

פֿרױ אַבֿיבֿה ראָטשילד שרײַבט אַ בריװ װאָס װײַזט אױף װיפֿל די לאַגע פֿון דער עגונה שפּיגלט אָפּ דעם נישט־גלײַכן צוגאַנג צו דער ייִדישער פֿרױ װאָס האָט עקסיסטירט מיט העכער 3,000 יאָר צוריק, אין די צײַטן פֿונעם תּנ״ך. זי פֿאָדערט אַז ישׂראלדיקע בתּי־דין זאָלן געפֿינען אַ לײזונג צו דער פּראָבלעם פֿון עגונות כּדי די „צוגעשמידטע‟ ייִדישע פֿרױען אין די תּפֿוצות און אין ישׂראל זאָלן אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל באַפֿרײַט װערן.