אַ מאָדנע סצענע איז נעכטן פֿאָרגעקומען אינעם „בן־גוריון‟־לופֿטפֿעלד לעבן תּל־אָבֿיבֿ, ווען הרבֿ אליעזר בערלאַנד איז אָנגעקומען באַגלייט פֿון פּאָליציאַנטן און וועכטער. אינעם טערמינאַל פֿונעם פֿליפֿעלד האָבן זיך שוין פֿון פֿריִער געהאַט אָנגעזאַמלט איבער 300 חסידים פֿונעם 79־יאָריקער בראַצלאַווער גײַסטיקן פֿירער, וואָס ווערט פֿאַרדעכטיקיט אין סעקסועלע מיסברויכן קעגן עטלעכע פֿון זײַנע אָנהענגערינס. די אָרטיקע חסידים האָבן געהאַלטן אין איין זאָגן תּהילים און טאַנצן בעת די פּאָליציאַנטן האָבן נערוועז געהאַלטן אַן אויג אויפֿן עולם.
הרבֿ בערלאַנד, אַ כאַריזמאַטישע פּערזענלעכקייט, וואָס האָט געגרינדעט די פּאָפּולערע קירובֿ־ישיבֿה „שובו בנים‟ — וואָס געפֿינט זיך איצט אינעם מוסלמענישן קוואַרטאַל פֿון דער אַלט־שטאָט פֿון ירושלים — איז אין 2012 פֿאַרדעכטיקט געוואָרן אין פֿאַרגוואַלדיקן פֿרויען, וואָס זענען געווען פֿאַרבונדן מיט זײַן סעקטע. גלײַך נאָך דעם וואָס די פּאָליציי האָט אָנגעהויבן אויסצופֿאָרשן דעם ענין, איז ער אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע, דער אָנהייב פֿון אַ בורח־סאַגע וואָס האָט געדויערט פֿיר יאָר און איז פֿאָרגעקומען אויף פֿיר קאָנטינענטן.
נאָך זײַן צײַט אין אַמעריקע און אַ קורצער צײַט אין איטאַליע און אין דער שווייץ האָט הרבֿ בערלאַנד זיך באַזעצט אין מאַראָקאָ, וווּ די אָרטיקע ייִדן האָבן אים וואַרעם אויפֿגענומען. ער האָט געוואָלט דאָרטן שאַפֿן אַ קהילה און אַריבערברענגען זײַנע חסידים אָבער דער מלך פֿון מאַראָקאָ האָט אין נאָוועמבער 2013 פּערזענלעך זיך אַרײַנגעמישט און אים, צוזאַמען מיט זײַנע נאָכפֿאָלגער, אַרויסגעוואָרפֿן פֿונעם לאַנד. נאָכן „גירוש־מאַראָקאָ‟ איז בערלאַנד אַנטלאָפֿן קיין עגיפּטן, און פֿון עגיפּטן איז ער אַנטלאָפֿן קיין זימבאַבווע, וווּ ער האָט געוווינט אין אַן אויסגעפּוצטער האָטעל־סוויטע אין דער שטאָט „בולאַוואַיע‟. דאָרטן איז ער געבליבן ביז די אָרטיקע אינסטאַנצן האָבן אים דעפּאָרטירט און ער איז ווידער אַנטלאָפֿן, דאָס מאָל קיין האָלאַנד. אין האָלאַנד האָט מען אים אַרעסטירט און דערנאָך באַפֿרײַט, ווײַל די ישׂראלים האָבן אים נאָך ניט געהאַט פֿאָרמעל אָנגעקלאָגט און האָבן אים בלויז געוואָלט שטעלן פֿראַגעס. נאָך דעם וואָס ס׳איז אָבער קלאָר געוואָרן, אַז די האָלענדער וועלן אים יאָ באַלד אַרעסטירן און שיקן קיין ישׂראל, איז ער ווידער אַנטלאָפֿן, דאָס מאָל קיין דרום־אַפֿריקע, וווּ זײַנע חסידים האָבן אים באַהאַלטן.
נאָך כּמעט אַ יאָר אין באַהאַלטעניש אין דרום־אַפֿריקע, און נאָך צוויי אינצידענטן, אין וועלכע די פּאָליציי האָבן געמאַכט אָנבלאָוועס אויף די הײַזער וווּ ער איז אײַנגעשטאַנען, איז ער סוף־כּל־סוף אַרעסטירט געוואָרן אין אַפּריל. איצט איז הרבֿ בערלאַנד שוין ווידער צוריק אין ישׂראל, וווּ מע וועט אים אויספֿאָרשן און מסתּמא משפּטן פֿאַרן מאנס זײַן עטלעכע פֿרויען.
פֿון זײַן זײַט טענהט הרבֿ בערלאַנד, אַז די אַלע באַלשודיקונגען קעגן אים זײַנען בלויז דער רעזולטאַט פֿון אַ קאָנספּיראַציע מצד זײַנע שׂונאים. דערצו טענהט דער רבֿ, האָט ישׂראל ניט קיין רעכט צו משפּטן אים, מחמת זײַנע פֿאַרברעכנס האָבן געדאַרפֿט פֿאָרקומען אויפֿן מערבֿ־ברעג און ניט אין ישׂראל גופֿא און די ישׂראלים האָבן דערפֿאַר ניט קיין דעה איבער פֿאַרברעכנס וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין יהודה ושמרון.
ווי עס זאָל ניט זײַן, קען מען וועגן איין זאַך זײַן זיכער: די ישׂראלדיקע רעגירונג וועט אים ניט אַרויסלאָזן פֿון תּפֿיסה ביז עס וועט ניט פֿאַרענדיקט ווערן די אויספֿאָרשונג איבער אים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.