די ערשטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון דער וועלט פֿון וויסנשאַפֿט: אַ גרופּע געלערנטע, דאָס רובֿ פֿון זיי פֿון מאָסקווע, האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, וואָס קריטיקירט די לעצטע פֿאָרשונג פֿון ערן עלהאַיק און פּאָל וועקסלער. די דאָזיקע פֿאָרשונג, וואָס וועגן איר האָט דער „פֿאָרווערטס‟ שוין אַ מאָל געשריבן, ווײַזט, מכּלומרשט, אַז די אשכּנזישע ייִדן שטאַמען פֿון טערקײַ, וואָס פּאַסט דער טעאָריע וואָס וועקסלער האָט שוין פֿון לאַנג פֿאָרגעלייגט — אַז די אשכּנזים שטאַמען פֿון כּוזר. די רוסלענדישע געלערנטע האָבן געוויזן, אַז עלהאַיקס מעטאָד קען גאָרנישט זאָגן וועגן דעם רעגיאָן וווּ די ווײַטע אורפֿאָטערס פֿונעם פֿאָלק האָבן געלעבט, און פּאַסט ניט צו פֿאָרשן מענטשן פֿון געמישטן אָפּשטאַם. זיי האָבן אויך געוויזן, אַז ייִדיש קען ניט שטאַמען פֿון סלאַווישע שפּראַכן. דער אַרטיקל איז אַרויס אין דער זעלביקער צײַטשריפֿט וווּ עלהאַיקס אַרטיקל איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט — Genome Biology and Evolution. דאָרטן איז אַרויס אויך אַן אַנדער אַרטיקל וואָס קריטיקירט עלהאַיקס פֿאָרשונג — פֿון מאַריאָן אַפּטראָט.
אין ייִדישן פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ איז אַרויס אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון מאַטי פֿרידמאַנס בוך „קאָדעקס פֿון חלב‟. דאָס איז אַ פֿאָרשונג, וואָס אַנטפּלעקט די געשיכטע פֿון דעם באַרימטן כּתבֿ־יד פֿונעם תּנ״ך, געשריבן אינעם 10טן י״ה אין חלב. פֿרידמאַן דערציילט וועגן דעם מאַרשרוט פֿונעם כּתבֿ־יד - פֿון חלב איבער קאַהיר קיין ירושלים, כּולל דיפּלאָמאַטישע סקאַנדאַלן און אינטערנאַציאָנאַלע שפּיאָן־אָפּעראַציעס, און וועגן פֿאַרלוסטן פֿון עטלעכע טיילן כּתבֿ־יד.
אין דער שיל אין זשוקאָווקע אין מאָסקווער געגנט האָט זיך געעפֿנט אַ מיקווה. אויף דער צערעמאָניע זענען געקומען די וויכטיקסטע מענטשן פֿון רוסלענדישן חב״ד, בתוכם זײַן הויפּט רב ר’ בערל לאַזאַר. די שיל איז אָפֿן הײַאָר אין יאַנואַר, און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרויסן קהילה־צענטער, מיט אַ ביבליאָטעק, עטלעכע זאַלן, אַ רעסטאָראַן און אַזוי ווײַטער. די דאָזיקע מיקווה איז געוואָרן די זיבעטע אין מאָסקווע און מאָסקווער געגנט.
נאָך אַן אויפֿטו פֿון רוסלענדישן חב”ד: די וואָך האָט ער איבערגעגעבן 3,000 ספֿרים — ספֿר־תּורות, סידורים און פּירושים — צו דער ייִדישער קהילה אין לוהאַנסק, אוקראַיִנע — אין דאָנבאַס, אַ געגנט, וווּ עס געדויערט שוין 2 יאָר די מלחמה. פֿריער האָט דער רוסלענדישער חב”ד געשיקט קיין לוהאַנס און דאָנעצק לעבנסמיטלען, מעדיקאַמענטן און ספּעציעלע פּראָדוקטן, למשל מצות, צו די יום־טובֿים.
אַ ידיעה פֿון פּערם, אַ גרויסער שטאָט בײַ די אוראַלער בערג. דאָרטן האָט דער רעגיאָנאַלער קולטור־מיניסטעריום באַזײַטיקט פֿון דער שטעלע דעם קונסט־הויפּט און רעזשיסער פֿון דעם היגן טעאַטער, באָריס מילגראַם. דער מיניסטעריום האָט באַשולדיקט דעם רעזשיסער אין עובֿר זײַן געזעצן. די טעאַטער־געזעלשאַפֿט אָבער זעט אין דעם אַ פּאָליטישן גרונט. אַ פּאָר צענדליקער מענטשן, בתוכם באַרימטע אַקטיאָרן, קאָמפּאָזיטאָרן און רעזשיסערן האָבן געוואָנדן אַ בריוו אין פּרעזידענטס אַדמיניסטראַציע, בעטנדיק אומצוקערן מילגראַמען אויף זײַן שטעלע.
אַ ידיעה פֿון סאַנקט־פּעטערבורג, וווּ, ווי אויך אין אַ סך אַנדערע שטעט און לענדער, איז אין די לעצטע טעג אין דער מאָדע אַ שפּיל „פּאָקעמאָן, גיי‟. די גרויסע כאָר־שיל פֿון פּעטערבורג האָט דערקלערט, אַז ווער עס וועט כאַפּן אַ פּאָקעמאָן אין דער שיל — וועט באַקומען אַ פֿלאַש כּשר ווײַן. די פֿלאַש האָט באַקומען אַ ייִדישער סטודענט, וואָס איז אַרײַן אין דער שיל גאַנץ צופֿעליק — נאָך דעם ווי ער האָט געזען די דערקלערונג. אין דער שיל זאָגט מען, אַז דער ציל פֿון דער דערקלערונג איז געווען צו ווײַזן, אַז אין שיל קען זײַן גאָר אינטערעסאַנט, און צוצוציִען יונגע מענטשן.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון קרים. דאָרטן וועט באַלד געעפֿנט ווערן אַן אינטערנעץ־זײַט, וווּ עס וועט דערציילט ווערן וועגן דעם לעבן פֿון די קרימער ייִדישע קהילות, ווי אויך פֿון קאַראַאימען — וועגן די נײַעס פֿון די קהילות, וועגן יהדות און די טראַדיציעס, און וועגן דעם דיאַלאָג, וואָס פֿירט זיך אין קרים צווישן פֿאַרשיידענע פֿעלקער און רעליגיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.