געוויינטלעך, ווען אַ גראַדויִר־סטודענט פֿאַרענדיקט זײַן דיסערטאַציע, ווייסן ווייניק מענטשן וועגן דעם תּוכן, אַחוץ די פּראָפֿעסאָרן פֿון זײַן אָפּטייל.
מאַרק סמיטס דאָקטאָראַט טראָגט אָבער אַ ספּעציעלן באַטײַט, בפֿרט פֿאַר דער ייִדיש־וועלט: ער שרײַבט וועגן די חורבן־געשיכטעס וואָס פֿינף היסטאָריקער האָבן אָנגעשריבן אויף ייִדיש, און זענען במילא די אַלע יאָרן איגנאָרירט געוואָרן פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט צוליב אַ פּשוטער סיבה: ווייניק היסטאָריקער קענען די ייִדישע שפּראַך.
סמיטס 536־זײַטיקע אַרבעט, „די ייִדיש־שרײַבנדיקע היסטאָריקער און דער קאַמף פֿאַר אַ חורבן־געשיכטע פֿון ייִדישן קוקווינקל‟ אַנאַליזירט די ייִדישע חורבן־געשיכטעס אָנגעשריבן פֿון פֿינף היסטאָריקער: מאַרק דוואָרזעצקי, ישיעה טרונק, פֿיליפּ פֿרידמאַן, יוסף קערמיש און נחמן בלומענטאַל.
די דיסערטאַציע נעמט אויך אַרײַן סמיטס איבערזעצונג פֿון דוואָרעצקיס עסיי, „פֿאַרשידן זענען געווען די וועגן‟, אָנגשריבן אין 1946.
סמיט באַטאָנט, אַז די חורבן־געשיכטעס אויף ייִדיש זענען ספּעציעל וויכטיק ווײַל זיי גיבן איבער דעם קוקווינקל פֿון די געליטענע — אַ גרויסער אונטערשייד פֿונעם ביז־איצטיקן צוגאַנג בײַ ס׳רובֿ חורבן־היסטאָריקער וואָס האָבן זיך פֿאַרלאָזט, דער עיקר, אויף די דײַטשע קוואַלן, און דערפֿאַר האָבן זיי פֿאָקוסירט כּמעט אויסשליסלעך אויף די נאַציס.
בעת אַן אינטערוויו מיטן Jewish Journal אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט סמיט דערקלערט, אַז די פֿינף שרײַבער האָבן געקאָנט שרײַבן די געשיכטעס אויף אַן אַנדער שפּראַך, אָבער האָבן בכּיוון אויסגעקליבן ייִדיש. „די לייענערשאַפֿט וואָס זיי האָבן געזוכט איז געווען די ייִדיש־רעדנדיקע באַפֿעלקערונג איבער דער וועלט,‟ האָט ער געזאָגט.
שרײַבנדיק אויף מאַמע־לשון, דערקלערט סמיט, האָט געגעבן די שרײַבער אַ געלעגנהייט צו ניצן אימאַזשן, וואָס זענען אַלע ייִדן געווען גוט באַקאַנט. די נאַציסטישע שריפֿטן, למשל, האָבן די ייִדישע היסטאָריקער איראָניש באַצייכנט ווי „היטלערס תּורה‟. די נאַציס אַליין האָט מען גערופֿן „די דײַטשע בעסטיע‟, „דער דײַטשער תּלין‟ און „דער דײַטשער אַכזר‟.
אין זײַן דיסערטאַציע, טענהט סמיט, אַז די־אָ ייִדישע ווערק פּרעזענטירן אַ בפֿרירושן ייִדישן צוגאַנג צום חורבן, וואָס פֿעלט אין דער אַלגעמיינער חורבן־פֿאָרשונג. אַ בײַשפּיל דערפֿון איז די באַשרײַבונג ווי די נאַציס האָבן פֿאַרברענט ייִדישע ביכער, ספֿרים און ספֿרי־תּורה. לויטן דײַטשן קוקווינקל, האָט די דאָזיקע אַקציע געשטאַמט פֿון מאַרטין לוטערס פֿאַרברענען קאַטוילישע שריפֿטן אינעם 16טן יאָרהונדערט. בײַ די ייִדן אָבער איז דאָס פֿאַרברענען ביכער פֿאַרבונדן מיט דער אינקוויזיציע אין שפּאַניע. „ווען ייִדן זעען ווי מע פֿאַרברענט זייערע ביכער, פֿאַרשטייט מען שוין, אַז אין גיכן וועט מען אויך פֿאַרברענען ייִדן.‟
אינטערעסאַנט איז, אַז מאַרק סמיט איז פֿון פֿאַך נישט קיין אַקאַדעמיקער, נאָר אַן אַרכיטעקט. אָבער מיט 20 יאָר צוריק איז ער אַרײַן אין אַן אַנטיקוואַריאַט, און דאָרט דערזען אַ פּאָליצע מיט ייִדישע ביכער. אויף טשיקאַוועס האָט ער באַשלאָסן איינס צו קויפֿן. ער איז אָבער אין גיכן צוריקגעקומען אין געשעפֿט און אָפּגעקויפֿט אַלע ייִדישע ביכער פֿון דער פּאָליצע. „כ׳האָב באַשלאָסן, אַז איך וויל זיך אויסלערנען די שפּראַך — האָט ער געזאָגט — און אַזוי האָב איך טאַקע געטאָן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.