פֿיליפּ מײַזעל איז אַ לאַנג־יאָריקער פֿרײַ־װיליקער אַרבעטער בײַם מעלבורנער יִידישן חורבן פֿאָרש־צענטער און מוזעום. העכער 27 יאָר פֿירט ער אָן מיטן דאָרטיקן פּראָיעקט — צו ערשט, צו רעקאָרדירן די איבערלעבונגען פֿון דער שארית־הפּליטה און דערנאָך מיטן פּראָיעקט צו פֿילמירן 1,300 אױטאָביאָגראַפֿיעס און גבֿית־עדות פֿון דער שארית־הפּליטה אין מעלבורן, פֿיר טעג אַ װאָך, זינט 1989.
במשך פֿון די יאָרן האָט מײַזעל צוגעגרײט 50 פֿרײַ־װיליקע אַרבעטער, װעלכע װעלן ממשיך זײַן דאָס אױפֿבױען און פּרעזערװירן דעם צענטערס מינדלעכע געשיכטע־זאַמלונג, און פֿינף פֿרײַ־װיליקע אַרבעטער װעלכע װעלן װײַטער מאַכן די אינטערװיוען. מײַזעל האָט אױך געהאָלפֿן חורבן־מוזעומס אין אַנדערע שטעט מיט זײערע מינדלעכע געשיכטע־פּראָיעקטן. ער האָט אַפֿילו צוגעגרײט אינטערװיוען מיט מעלבורנער יִידן װעלכע האָבן מיטגעמאַכט די מלחמה־יאָרן אין שאַנגכײַ פֿאַרן שאַנגכײַער יִידישע פּליטים־מוזעום אין כינע, פֿאַר זײַן מינדלעכער געשיכטע־פּראָיעקט. פֿיליפּ מײַזעל אַרבעט אױך מיט מיט לאָקאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאָניזאַציעס און מיט סטודענטן פֿון מינדלעכער געשיכטע אין אַ רײ אוניװערסיטעטן.
פֿיליפּ מײַזעל איז שױן געװען באַערט פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג פֿאַר זײַן אַרבעט בײַם חורבן־צענטער מיט אַ מעדאַל פֿונעם אָרדן פֿון אױסטראַליע. איצט איז ער באַערט געװאָרן פֿון דער אָרגאָניזאַציע „מוזעומס אױסטראַליע‟ פֿאַר זײַן אַרבעט בײַם אַנטװיקלען און דורכפֿירן דעם װיכטיקן מינדלעכן געשיכטע־פּראָיעקט. ער האָט באַקומען די אױסצײכענונג אינעם הױפּט־לאָקאַל פֿון דער שטאַטישער ביבליאָטעק פֿון װיקטאָריע אױף אַ ספּעציעלן אָװנט געװידמעט די געװינערס פֿון די װיקטאָריע מוזעום־אױסצײכענונגען 2016.
מײַזעל זאָגט, אַז ער פֿרײט זיך װאָס דער פּראָיעקט דערמעגלעכט „דאָס אױסלערנען מענטשן װעגן דער מענטשהײט. די גבֿית־עדות אַנטהאַלטן אַ סך אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם לײַדן פֿון אומשולדיקע מענטשן, נאָר זײ אַנטהאַלטן אױך אַ סך פּרטים װעגן מענטשן װעלכע האָבן ריזיקירט מיטן לעבן כּדי אַרױסצוהעלפֿן אומשולדיקע מענטשן‟.
מײַזל און זײַן שװעסטער בעלאַ, אַ צװילינג, זײַנען געבױרן געװאָרן מיט 93 יאָר צוריק אין װילנע, ירושלים ד’ליטא. אין מעלבורן זײַנען בײדע געװאָרן פֿרײַ־װיליקע אַרבעטער: ער — בײַם חורבן־צענטער, און זי — בײַם יִידישן מוזעום פֿון אױסטראַליע, װאָס געפֿינט זיך אין מעלבורן.
עס װערט איצט געמאַכט אין מעלבורן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם װעגן די איבערלעבונגען פֿון דער צװילינג, װאָס הײסט Not Without You (נישט אָן דיר). עס װערט דערװאַרט אַז דער פֿילם װעט פֿאַרטיק װערן אין סעפּטעמבער 2016. דער פֿילם װערט געמאַכט פֿונעם אױסטראַליש־יִידישן פֿילם־מאַכער דײװיד סלאָװאָ, װאָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַן אַרבעט מיט אַבאָריגינעלע אױסטראַליער און זײַנע דאָקומענטאַר־פֿילמען װעגן זײערע לעבנס און זײער קולטור.
סלאָװאָס זײדע, מאיר (מײַק) גיליגיטש, איז לאַנג געװען מײַזעלס אַ שכן. ער האָט ביזן טױט געאַרבעט פֿרײַ־װיליק אינעם פֿאָטאָ־אַרכיװ בײַם מעלבורנער חורבן־צענטער. דײװידס עלטער־זײדע, יוסף גיליגיטש, איז געװען דער לאַנג־יאָריקער פֿאַרװאַלטער פֿון מעלבורנס ערשטער יִידישער צוגאָב־שול, די קאַרלטאָנער י.ל. פּרץ שול, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 1935.
פֿאַראַיאָרן האָט דער אױסטראַלישער סענאַט דורכגעפֿירט אַן אױספֿאָרשונג װעגן דער פֿינאַנציעלער זײַט פֿון „האַלאַל אױסטראַליע‟. דאָס האָט געװיזן אַז דאָס געלט װאָס מע באַצאָלט אַז מע קױפֿט מאכלים מיט אַן אױסצײכענונג פֿון „האַלאַל אױסטראַליע“ גײט נישט אױף צו פֿינאַנצירן מוסולעמענישע טעראָריסטישע גרופּעס, נישט אין אױסטראַליע און נישט אין אױסלאַנד. און דאָס, װי מע זאָגט, האָט געדאַרפֿט זײַן דער סוף פֿונעם ענין.
איצט האָט די פֿירמע „יאַלנאַ‟, װאָס מאַכט און פֿאַרקױפֿט אָרגאַנישן יאָגורט אין אױסטראַליע געמאָלדן, אַז צוליב פּראָטעסטן מצד אַ גרופּע אױסטראַליער װאָס זײער יאָגורט טראָגט אַ צעטל פֿון „האַלאַל אױסטראַליע‟, װעט איר יאָגורט מער נישט טראָגן דאָס „האַלאַל“־צעטל. דערצו, האָט די פֿירמע צוגעגעבן, װעט איר יאָגורט מער נישט טראָגן דאָס צעטל פֿון „כּשרות אױסטראַליע“. קײן פּראָטעסטן קעגן דעם צעטל פֿון „כּשרות אױסטראַליע“ זײַנען נישט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן.
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל װאָס אַן אױסטראַלישע פֿירמע גיט אַזאַ תּירוץ פֿאַר צוריקציִען זיך פֿון דער השגחה פֿון „כּשר אױסטראַליע‟. אַ רײ לאָקאַלע ייִדן האָבן זיך באַקלאָגט אױף „פֿײסבוק“ װעגן יאַלנאַס באַשלוס אױפֿצוגעבן די „האַלאַל“ און כּשר צערטיפֿיקאַציעס. דין שער, אַ געװעזענער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאָניזאַציע פֿון יִידישע אוניװערסיטעט־סטודענטן אין אױסטראַליע, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אין װעלכן ער טאַדלט דעם אָנפֿאַל אױפֿן מולטי־קולטוראַליזם װאָס װערט אָפּגעשפּיגלט סײַ אין די פּראָטעסטן קעגן דער „האַלאַל“־צערטיפֿיקאַציע, סײַ אױפֿן באַשלוס פֿון דער פֿירמע „יאַלנאַ“, זיך צוריקצוציִען פֿון אַלע צערטיפֿיקאַציעס פֿונעם מולטי־קולטורעלן מין, אַזױ װי „האַלאַל אױסטראַליע‟ און „כּשרות אױסטראַליע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.