דער „זיבעטער־פֿאָרט‟ איז באַקאַנט בײַ ייִדן ווי אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער, וווּ טויזנטער ייִדן פֿון קאָוונע און אומגעגנט זענען דערמאָרדעט געוואָרן. בײַ די הײַנטיקע ליטווינער, אָבער, איז עס גיכער אַן אָרט, וווּ מע מאַכט חתונות און ברענגט קינדער פֿון די זומער־לאַגערן אויף שפּאַצירן. ס׳רובֿ באַזוכער פֿונעם „זיבעטן פֿאָרט‟, אַ ריזיקע ציגעלענע פֿעסטונג אויף אַ בערגל מיט אונטערערדישע טונעלן און ריזיקע קאַמערן, ווייסן בכלל ניט, אַז ס׳איז דאָרטן פֿאָרגעקומען אַ מאַסן־שחיטה בשעתן חורבן.
אַפֿילו פֿאַר דער ליטע, וווּ ס׳רובֿ ערטער וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן חורבן פֿאַרמאָגן ניט קיין געהעריקן דענקמאָל, איז דער ניוואָ פֿון הפֿקרות און אומוויסן וועגן דעם „זיבעטן פֿאָרט‟ אוניקאַל. זינט 2009 געהערט דער פֿאָרט צו אַ פּריוואַטער אָרגאַניזאַציע, דער „צענטער פֿאַר דער מיליטערישער ירושה‟. וולאַדימיר אָרלאָוו, דער דירעקטאָר פֿון דער ניט־פּראָפֿיטיקער אָרגאַניזאַציע, מאָנט $4 דאָלאַר פֿון די, וואָס ווילן באַזוכן דעם פֿאָרט אויף אַ טאָג. ער אָרגאַניזירט אויך שׂימחות ניט ווײַט פֿון די שטיינער און סלופּעס, וואָס ווײַזן דאָס אָרט, וווּ עס ליגן 5,000 ייִדישע מתים אין אַ מאַסן־גרוב. דאָרטן קומען זיך אַ מאָל צונויף קרובֿים פֿון די דערמאָרדעטע ייִדן אָנצוצינדן יאָרצײַט־ליכט און זאָגן תּהילים.
אָרלאָוו גיט איבער, אַז די מתים געפֿינען זיך אויף אַ שטח, וואָס ער רעכנט פֿאַר בלויז 2־פּראָצענט פֿון דער גאַנצער פֿעסטונג, און אַז דאָרטן דערלאָזט ער ניט, אַז מענטשן זאָלן גיין. דאָרטן, בעת אַ בוי־פּראָיעקט אין 2012, האָט אָרלאָוו געפֿונען די מתים פֿון די דערמאָרדעטע ייִדן אין אַן אָרט, וואָס איז פֿריִער ניט געווען באַצייכנט. ער האָט אַלאַרמירט די ליטווישע אויטאָריטעטן אָבער זיי האָבן ניט געענטפֿערט אויף זײַן בקשה אים אַרויסצוהעלפֿן ווידער צו באַגראָבן די ייִדישע קרבנות אויף אַ פּאַסיקן אופֿן. נאָך דעם וואָס ער האָט ניט באַקומען קיין ענטפֿער פֿון דער רעגירונג, האָט ער אַליין אויסגעגראָבן צענדליקער ביינער פֿון אַ גרוב, וואָס איז געווען אָנגעפֿילט מיט קאַלך און בלאָטע. נאָך דעם, אָבער, וואָס ער האָט גענוצט אַ פּאָמפּע אַרויסצושעפּן די בלאָטע און קאַלך האָט ער דערזען, אַז עס ליגן דאָרטן טויזנטער ביינער און ער האָט דערפֿאַר באַשלאָסן ווײַטער ניט צו שטערן דאָס אָרט. ער האָט געפֿרעגט בײַ דער ייִדישער קהילה און דעם ליטווישן קולטור־מיניסטעריום אַן עצה אָבער האָט ניט באַקומען קיין ענטפֿער. נאָך צוויי יאָר האָט די שטאָטישע רעגירונג סוף־כּל־סוף ווידער באַגראָבן די ביינער, וואָס אָרלאָוו האָט נישט־וועלנדיק צעשטערט, פּונקט אויפֿן אָרט, וווּ זיי זענען פֿריִער געווען.
אויסלענדישע אָבסערוואַטאָרן און חורבן־עקספּערטן, ווילן, אָבער, אַז די ליטווישע רעגירונג זאָל טאָן אַ סך מער כּדי אָפּצוהיטן דאָס אָרט און אָנערקענען וואָס איז דאָרטן פֿאָרגעקומען. דזשאַני דאַניעלס, וואָס פֿירט אָן מיט אַ גרופּע וואָס לערנט וועגן דעם חורבן אין פּוילן, האָט איבערגעגעבן דער „ייִט׳׳אַ‟, אַז אין פּוילן וואָלט געווען אומלעגאַל, אַז אַ פּריוואַטע פֿירמע זאָל אָנפֿירן מיט אַן אָרט, וווּ מע האָט דערהרגעט ייִדן בעתן חורבן. „די ליטווישע באַאַמטע מעגן זיך שעמען, און מענטשן איבער דער וועלט זאָלן זיי פֿאַרדאַמען פֿאַר דעם, וואָס אַזאַ וויכטיק און הייליק אָרט בלײַבט אין פּריוואַטע הענט‟, האָט דאַניעלס איבערגעגבן דער JTA.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.