ס׳איז לעצטנס דאָ אַ באַנײַטער אינטערעס אין די ווערק פֿון יעקבֿ דינעזאָן אויף ענגליש. פֿאַראַיאָרן האָט דער פֿאַרלאַג Jewish Storyteller Press, וואָס דריקט, צום מערסטנס, ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער ענגלישער איבערזעצונג, אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג דערציילונגען פֿונעם „פֿערטן‟ ייִדישן קלאַסיקער, איבערגעזעצט אויף ענגליש פֿון טינאַ לונסאָן. דאָס בוך האָט באַקומען אַ סך פּאָזיטיווע אָפּרופֿן אין דער ייִדישער און אַלגעמיינער פּרעסע, בפֿרט ווען מען נעמט אין באַטראַכט, אַז דער פֿאַרלאַג איז זייער אַ קליינער. נאָך דער זאַמלונג, מיטן טיטל „זכרונות און סצענעס: שטעטל, קינדער־יאָרן און שרײַבער‟, האָט דער פֿאַרלאַג אַרויסגעגעבן נאָך צוויי ראָמאַנען פֿון דינעזאָן אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון דזשיין פּעפּלער.
לעצטנס האָט דער „פֿאַרלאַג‟ אַנאָנסירט, אַז מע קען שוין קריגן שמואל ראָזשאַנסקיס ביאָגראַפֿיע פֿון יעקבֿ דינעזאָן אויף ענגליש. דאָס בוך, וואָס עס האָט איבערגעזעצט ד״ר מירי קאָראַל, די דירעקטאָרשע פֿונעם „קאַליפֿאָרניער ייִדישן אינסטיטוט‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס, איז לכתּחילה פּובליקירט געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס מיטן נאָמען „די מאַמע צווישן אונדזערע קלאַסיקער‟ אין 1956. אין דער ביאָגראַפֿיע דערקלערט ראָזשאַנסקי פֿאַר וואָס ער האַלט, אַז דינעזאָן זאָל אויך גערעכנט ווערן פֿאַר אַ „קלאַסיקער‟ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ראָזשאַנסקי לייגט פֿאָר, אַז מע זאָל אָנרופֿן דינעזאָן „די מאַמע‟ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווײַל ער האָט געהאַט אַ ווייכן, סימפּאַטישן און עמאָציאָנעלן צוגאַנג צו דערציילן זײַנע מעשיות. פֿאַרשטייט זיך, אַז „די מוטער‟ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז אויך פּאַסיק, ווײַל מע רופֿט שוין אָן מענדעלע — דעם זיידן, שלום־עליכם — דעם פֿאָטער און יצחק לייביש־פּרץ — דעם זון.
דאָס בוך קען מען באַשטעלן אויף ענגליש אָט דאָ: https://www.amazon.com/gp/product/0979815681/ref=as_li_tl?ie=UTF8&tag=jewistorpres-20&camp=1789&creative=9325&linkCode=as2&creativeASIN=0979815681&linkId=0dd2e9be76576f2d7c1449e52a410407.
מע קען אויך לייענען ראָזשאַנסקיס ביאָגראַפֿיע אינעם ייִדישן אָריגינאַל בחינם אויף דער אינטערנעץ אָט דאָ: //www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc210076/rozshanski-shemuel-yaakov-dinezon-di-mame-tsvishn-unzere-klasikers-1856-1919
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.