די „טשעכישע וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע‟ האָט די וואָך געמאָלדן, אַז מע זוכט רעפֿעראַטן פֿאַר אַ קאָנפֿערענץ וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אונטער קאָמוניזם.
די קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אין פּראָג, טשעכישע רעפּובליק, אין מײַ 2017, און דער טערמין פֿאָרצולייגן אַ רעפֿעראַט — דער 31סטער אָקטאָבער 2016.
ביז די 1980ער יאָרן האָט די פּראָפּאַגאַנדע פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟ שטאַרק באַווירקט דעם פֿאַרשטאַנד פֿון דער טעמע אויף ביידע זײַטן פֿונעם אײַזערנעם פֿירהאַנג, שרײַבט קאַטערינאַ קאַפּקאָוואַ, פֿון דער „טשעכישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע‟, אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט וועגן דער קאָנפֿערענץ. „במשך פֿון די לעצטע צען יאָר איז אָבער געוואַקסן דער אינטערעס צו אַ מער פֿיל־פֿאַכיקן בליק אויף דעם ייִדישן לעבן אונטער די קאָמוניסטישע רעזשימען.‟
די „אַקאַדעמיע‟ האָט אויסגערעכנט אַ ריי טעמעס, וואָס מע האָפֿט אַרומצורעדן אויף דער קאָנפֿערענץ. ערשטנס, זוכט מען פֿאָרשונגען וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די ייִדן, די ייִדישע רעליגיעזע און סעקולערע אָרגאַניזאַציעס, און די מעגלעכקייטן וואָס די ייִדן האָבן געהאַט אויסצודריקן זייער ייִדישע אידענטיטעט אונטער קאָמוניזם.
אַ צווייטע טעמע, וואָס ווערט געזוכט, איז וויפֿל די קאָמוניסטישע דיקטאַטורן האָבן גורם געווען ענדערונגען אָדער האָבן געשאַפֿן אין גאַנצן נײַע מינים ייִדישע אינסטיטוציעס און אַקטיוויטעטן, און צי האָט עקזיסטירט אַ המשכדיקייט צווישן דעם פֿאַר־מלחמהדיקן און דעם נאָך־מלחחמהדיקן ייִדישן לעבן אין די קאָמוניסטישע לענדער.
דריטנס, וויל מען זיך קאָנצענטרירן אויף די ייִדן, וואָס זענען נישט געווען אין דער פֿירערשאַפֿט. ביז איצט האָבן די אַקאַדעמיקער געשריבן, צום גרויסן טייל, וועגן דער ייִדישער קולטורעלער און פּאָליטישער עליטע אין די קאָמוניסטישע געזעלשאַפֿטן, און במילא — בלויז וועגן ייִדן אין די גרויסע שטעט. „איצט זוכן מיר רעפֿעראַטן וועגן די ייִדן אויף דער פּעריפֿעריע, די ייִדן וואָס האָבן נישט באַוויזן צו ווערן אַ טייל פֿון דער עליטע אָדער האָבן עס בכלל נישט געוואָלט,‟ שרײַבט קאַפּקאָוואַ.
„אָט דער נײַער קוקווינקל קאָן אונדז אפֿשר ווײַזן, אַז די כּלומרשטיקע רעליגיעזע און נאַציאָנאַלע אַסימילאַציע פֿון די ייִדן אונטער קאָמוניזם איז גאַנץ איבערגעטריבן,‟ האָט זי צוגעגעבן.
במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָבן די פֿאָרשונגען פֿון דזשעפֿרי ווײַדלינגער, אַנאַ שטערנשיס, גענאַדי עסטרײַך, עליסאַ בן־פּורת און וואַלערי דימשיץ אָנגעוויזן, אַז עס זענען געווען אַ צאָל ייִדן אין דער געאָגראַפֿישער אָדער געזעלשאַפֿטלעכער פּעריפֿעריע פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן דווקא אויפֿגעהאַלטן און אַנטוויקלט ייִדישע רעליגיעזע טראַדיציעס און ייִדיש־שפּראַכיקע קולטור.
אַ וויכטיקע טעמע פֿון דער קאָנפֿערענץ וועט אויך זײַן צו דיסקוטירן די ייִדיש־שפּראַכיקע קולטור און בילדונג אונטער די קאָמוניסטישע רעזשימען, ווי, למשל, די וויכטיקייט פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟.
„מיר ווילן הערן ווי אַזוי די ייִדן האָבן באַטראַכט די אָפֿיציעלע אַנטי־פֿאַשיסטישע אידעאָלאָגיע — האָט קאַפּקאָוואַ געזאָגט — און אויף ווי ווײַט האָבן די מלוכה־געשטיצטע ייִדיש־שפּראַכיקע פֿאַרלאַגן און זשורנאַלן געגעבן ייִדישע זשורנאַליסטן און שרײַבער אַ געלעגנהייט זיך אויסצודריקן און צו פֿאַרדינען, כאָטש מע האָט גלײַכצײַטיק געפֿאָדערט בײַ זיי אַ טרײַשאַפֿט צו דער סאָציאַליסטישער מדינה.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.