יוסף ראָלניק איז כּמעט אין גאַנצן אומבאַקאַנט בײַם הײַנטיקן ייִדיש־לייענענדיקן עולם, שוין אָפּגערעדט בײַ די לייענער פֿון ענגליש. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז ראָלניק אָבער געווען איינער פֿון די אָנפֿירנדיקסטע מיטגלידער פֿון דער ניו־יאָרקער ליטעראַרישער גרופּע „די יונגע‟ און האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע מאָדערניסטישע לידער.
אין 1954, אַ יאָר פֿאַר זײַן פּטירה, האָט ראָלניק אַרויסגעלאָזט אַ ביכל זכרונות וועגן זײַנע קינדער־יאָרן אין ווײַסרוסלאַנד און זײַנע יאָרן ווי אַ פּאָעט אין ניו־יאָרק. דאָס ביכל, מיטן פּשוטן טיטל „זכרונות‟, האָט, לויט אַ נעקראָלאָג פֿון ראָלניקן פֿון דער „ייִט׳׳אַ‟, זייער שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם. זײַן איינציק לאַנג פּראָזע־ווערק, וועט דאָס ביכל אין גיכן קענען געפֿינען אַ נײַעם עולם לייענער אויף ענגליש. דער פֿאַרלאַג בײַם „סיראַקיוזער אוניווערסיטעט‟ האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז ער וועט אין אָקטאָבער אַרויסגעבן ראָלניקס ביכל זכרונות אונטערן נאָמען With Rake in Hand (מיט אַ גראַבלינע אין די הענט) אין דער איבערזעצונג פֿון געראַלד מאַרקוס. מאַרקוס, אַן אָפֿטער איבערזעצער פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, האָט פֿריִער איבערגעזעצט אַ ביכל זכרונות פֿונעם פּאָעט ראובֿן אײַזלאַנד, וואָס איז אויך געווען אַ מיטגליד פֿון „די יונגע‟.
אין אַ קאָמענטאַר, וואָס איז דערשינען ווי אַ טייל פֿון דעם פֿאַרלאַגס פּרעסע־קאָמוניקאַט, דערקלערט מײַקל וועקס, אַז מאַרקוס׳ איבערזעצונג איז אַ „סענסיטיווע‟, וואָס וועט „אַרויסנעמען יוסף ראָלניק פֿון די פֿוסנאָטן און אים ברענגען צום סאַמע־צענטער פֿון אַלע צוקונפֿטדיקע שטודיעס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור‟. דזשאַש לאַמבערט, דער דערציִונג־דירעקטאָר בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָט דערקלערט, אַז „אַלע ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור וועלן געניסן פֿון די דאָזיקע פּרטימדיקע וויניעטן, וואָס שילדערן אַן אַנדער צײַט‟.
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם בוך קען מען באַקומען דאָ: //syracuseuniversitypress.syr.edu/fall-2016/with-rake-in-hand.html
פֿאַר די, וואָס ווילן ניט וואַרטן ביז אָקטאָבער, קען מען איצט לייענען דאָס ביכל זכרונות אינעם ייִדישן אָריגינאַל אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ דאָ: //www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc210096/rolnick-joseph-zikhroynes
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.