סוף־כּל־סוף, האָבן מאַרק שאַגאַלס באַרימטע געמאָלטע פּאַנעלן „דער אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער” באַקומען אַ פֿעסטן פּלאַץ אין דער באַנײַטער אױסשטעלונג פֿון דער מאָסקװער טרעטיאַקאָװ־גאַלערײ.
דאָס דאָזיקע מאָנומענטאַלע װערק האָט פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער געשיכטע פֿון דער סאָװעטישער אַװאַנגאַרד־קונסט. מען רעכנט, אַז די רוסישע מוזײען פֿאַרמאָגן די רײַכסטע זאַמלונג פֿון דער ייִדישער טעאַטער־קונסט אין דער גאַנצער װעלט. אָבער ערשט איצט װערן די דאָזיקע אוצרות בהדרגה אָנערקענט אין רוסלאַנד װי אַ חשובֿער טײל פֿונעם קינסטלערישן הױפּטשטראָם.
מיט אַ יאָר צוריק האָט דער מאָסקװער מלוכישער טעאַטער־מוזײ געװיזן אַן אױסשטעלונג, װאָס האָט צונױפֿגעבראַכט די װערק פֿונעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער „גאָסעט” און דעם העברעיִשן טעאַטער „הבימה”. די דאָזיקע אױסשטעלונג האָט בפֿירוש דערװיזן, אַז די בײדע צװײַגן פֿון דער ייִדישן טעאַטער־קונסט האָבן זיך אַנטװיקלט אין צוזאַמענקלאַנג, בפֿרט אין די ערשטע יאָרן נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע. דװקא די רעװאָלוציע האָט געגעבן דעם אימפּעט צו אַ ראַדיקאַלער באַנײַונג פֿון דער ייִדישער קונסט. די סאָװעטישע מלוכה האָט אין די ערשטע יאָרן געשאַפֿן גינסטיקע באַדינגונגען פֿאַרן אױפֿבלי פֿונעם ייִדישן טעאַטער אױף בײדע ייִדישע שפּראַכן.
אינעם פֿאָקוס פֿון דער אױסשטעלונג זײַנען געװען די סאַמע באַרימטע אױפֿפֿירונגען פֿון „גאָסעט” און „הבימה”, אַזעלכע װי „הדיבוק”, „די כּישוף־מאַכערין”, „מסעות בנימין השלישי” און „קעניג ליר”. צום ערשטן מאָל האָט מען דאָ געקאָנט זען זעלטענע דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס, פּראָגראַמען, אַפֿישן, און דער עיקר, סקיצן צו די דעקאָראַציעס, װאָס זײַנען געמאַכט געװאָרן דורך די בעסטע ייִדישע קינסטלער פֿון יענער צײַט: מאַרק שאַגאַל, נתן אַלטמאַן, יוסף טשײַקאָװ, ראָבערט פֿאַלק און יצחק ראַבינאָװיטש. ניט אַלע קינסטלער און רעזשיסאָרן, װאָס האָבן געאַרבעט פֿאַרן ייִדישן און העברעיִשן טעאַטער זײַנען געװען ייִדן. מען טרעפֿט צװישן זײ אַזעלכע באַרימטע נעמען װי מסטיסלאַװ דאָבוזשינסקי און אַלעקסאַנדר בענואַ.
דער אוניװערסאַלער, אַלמענטשלעכער כאַראַקטער פֿונעם נײַעם ייִדישן טעאַטער איז געװען אַ װיכטיקער עלעמענט פֿון דער ייִדישער קולטורעלער אױפֿלעבונג. עס האָט זיך אָפּגעהיט אַ בריװ פֿון מאַרק שאַגאַל צו דער פֿאַרװאַלטונג פֿונעם מלוכישן ייִדישן קאַמער־טעאַטער, װוּ ער שרײַבט: „װען איך האָב פֿאַרענדיקט מײַן װערק [„דער אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער״], האָב איך געמײנט, װי מען האָט מיר צוגעזאָגט, אַז עס װעט זײַן אױסגעשטעלט פֿאַרן פּובליקום װי אַנדערע לעצטע װערק מײַנע. […] װי אַ קינסטלער, קאָן איך זיך ניט באַרויִקן ביז די ‘מאַסן’ װעלן ניט זען מײַנע װערק.” אָבער, באַקלאָגט זיך שאַגאַל װײַטער, די פֿאַרװאַלטונג האָט אַרײַנגעשטעלט זײַנע פּאַנעלן אין אַ שמאָלן קאַמער, װוּ עס קאָנען זײ זען ניט מער װי אַ הונדערט ייִדן. און שאַגאַל איז ממשיך: „איך האָב זײער ליב ייִדן (עס זײַנען דאָ אַ סך באַװײַזן דערויף), אָבער איך האָב אױך ליב רוסן און אײניקע אַנדערע פֿרעמדע אומות, און איך בין צוגעװױנט ערנסט צו שאַפֿן מײַנע װערק פֿאַר פֿילע פֿעלקער.” שאַגאַל האָט געפֿאָדערט, אַז די פֿאַרװאַלטונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער זאָל מאַכן זײַנע פּאַנעלן צוטריטלעך פֿאַרן ברײטערן עולם צװײ שעה אַ טאָג אין משך פֿון צװײ װאָכן. ערשט איצט, כּמעט מיט אַ הונדערט יאָר שפּעטער, האָט מען באַװיליקט זײַן באַגער.
די קינסטלערישע קרובֿהשאַפֿט האָט פֿאַרקניפּט דעם ייִדישן און דעם העברעיִשן טעאַטער נענטער, אײדער זײ זײַנען צעשײדט געװאָרן דורך די אידעאָלאָגישע חילוקי־דעות. די קונסט איז געגאַנגען קעגן דער אידעאָלאָגיע, װײַל סײַ די ייִדישיסטן און סײַ די העברעיִסטן האָבן געשעפּט זײער שעפֿערישע יניקה פֿון צװײ קװאַלן — דער ייִדישער פֿאָלק־קונסט און דעם אײראָפּעיִשן מאָדערניזם. פֿאַר די קינסטלער און רעזשיסאָרן איז די שפּראַך־מלחמה צװישן ייִדיש און העברעיִש ניט געװען זײער װיכטיק. זײ האָבן געלײזט זײערע אײגענע שעפֿערישע אױפֿגאַבעס, געזוכט נײַע פֿאָרמעס און קאָמפּאָזיציעס פֿאַר נײַע דרײסטע און אָריגינעלע טעאַטראַלישע פּראָיעקטן.
דער אױפֿבלי פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָט געדױערט אין סאָװעט־רוסלאַנד בלױז עטלעכע יאָר. עס איז באַלד קלאָר געװאָרן, אַז העברעיִש האָט ניט קײן צוקונפֿט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און אין יאַנואַר פֿון 1926 איז „הבימה” אַװעקגעפֿאָרן אױף אַ גאַסטראָל. זײ האָבן געשפּילט מיט הצלחה אין ריגע, בערלין, פּאַריז, לאָנדאָן און ניו־יאָרק, און צום סוף האָבן זיי זיך באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ. דער ערשטער העברעיִשער טעאַטער האָט געהאַט אַ סך חסידים, װאָס האָבן גאָר ניט געהאַט קיין שײַכות מיט העברעיִש. צװישן זײ זײַנען געװען אַזעלכע װעלט־באַרימטע פּערזענלעכקײטן װי דער רוסישער זינגער פֿיאָדאָר שאַליאַפּין, דער עסטרײַכישער שרײַבער אַרטור שניצלער, דער פֿיזיקער אַלעבערט אײַנשטײַן און דער ענגלישער רעזשיסאָר גאָרדאָן קרעג. פֿאַר זײ האָט דער העברעיִשער טעאַטער פֿאַרקערפּערט די דינאַמישע און אָריגינעלע מאָדערנע קונסט, און קודם־כּל, די העכסטע קװאַליטעט פֿון טעאַטראַלער שפּיל און רעזשי.
דער גורל פֿונעם סאָװעטישן מלוכישן ייִדישן טעאַטער איז געװען אַ ביטערער. די טרופּע איז אױך געפֿאָרן אױף אַ גאַסטראָל אין די 1920ער יאָרן און האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױפֿן אײראָפּעיִשן פּובליקום. דער ערשטער רעזשיסאָר אַלעקסײ גראַנאָװסקי האָט באַשלאָסן צו פֿאַרבלײַבן אין אױסלאַנד, און צוריק קײן מאָסקװע איז די טעאַטער־טרופּע געקומען מיט שלמה מיכאָעלסן בראָש. עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ נײַע תּקופֿה אינעם לעבן פֿונעם ייִדישן טעאַטער. די נײַע סטיליסטיק איז געװען מער טראַדיציאָנעל, און די קװאַליטעט פֿון די אױפֿפֿירונגען איז געװען זײער אַ הױכע. צװישן די בעסטע ספּעקטאַקלען פֿון די 1930ער יאָרן איז געװען שעקספּירס „קעניג ליר” מיט מיכאָעלסן אין דער ראָלע פֿונעם הױפּט־העלד; בנימין זוסקין האָט געשפּילט דעם לץ. די ייִדישע איבערזעצונג (פֿון רוסיש) האָט געמאַכט דער דיכטער שמואל האַלקין, דער רעזשיסאָר איז געװען סערגײ ראַדלאָװ, דער קינסטלער — אלכּסנדר טישלער און די מוזיק האָט אָנגעשריבן דער באַקאַנטער ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר, דער מוזיקאַלער דירעקטאָר פֿונעם „גאָסעט” — לײב פּולװער. די דאָזיקע אױפֿפֿירונג פֿון 1935 האָט זיך אַרױסגעװיזן אַ טראַגישע נבֿואה פֿאַר די אַקטיאָרן. מיכאָעלס און זוסקין זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן דורך סטאַלינען אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן שליטה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.