אַ נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם פֿון באָריס סאַנדלער וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿונעם סאָוועטיש־ייִדישן שרײַבער, פּאָעט און עסיייִסט חיים ביידער וועט האָבן זײַן וועלט־פּרעמיערע דאָנערשטיק, דעם 11טן אויגוסט, אין שטאָט ניו־יאָרק. דער פֿילם וועט פּראָיעקטירט ווערן ווי אַ טייל פֿון דער הײַיאָריקער הזכּרה נאָך די דערמאָרדעטע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, וואָס ווערט אָרגאַניזירט יעדעס יאָר דורכן „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟. דער פֿילם, וואָס באַשטייט פֿון אַן אינטערוויו מיט חיים ביידערן צונויפֿגעמישט מיט מאָנטאַזשן פֿון אַרכיוואַלע בילדער, שילדערט די יאָרן, אין וועלכע ביידער האָט געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟.
חיים ביידער (1920־2003) איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ קליין שטעטל אין וואָלין, אוקראַיִנע. ער האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדיש־שפּראַכיקן טעכניקום אין אָדעס און האָט שפּעטער פֿאַרענדיקט זײַנע שטודיעס בײַם ייִדישן אָפּטייל פֿונעם „אָדעסער פּעדאָגאָגישן אינסטיטוט‟. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער געוווינט אין טורקמעניסטאַן. נאָך דער מלחמה איז ער צוריקגעפֿאָרן קיין אוקראַיִנע, וווּ ער האָט געשריבן פֿאַר די מאָסקווער ייִדישע זשורנאַלן „אייניקייט‟ און „דער שטערן‟, ווי אויך אַ ריי אָרטיקע צײַטונגען אויף אוקראַיִניש. בעת זײַנע ערשטע יאָרן ווי אַ זשורנאַליסט האָט ער אָנגעשריבן זאַמלונגען פֿון לידער אָבער ער האָט געהאַט מורא זײ אַרויסצוגעבן צוליב דער סטאַליניסטישער רעפּרעסיע. נאָך דעם וואָס די סאָוועטישע מאַכט האָט זיך באַצויגן מער פּאָזיטיוו צו ייִדיש איז ער געפֿאָרן אין ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ לערער. אין 1973 איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און האָט במשך פֿון די קומענדיקע 20 יאָר מחבר געווען אַ ריי וויסנשאַפֿטלעכע ווערק, פּאָעזיע־זאַמלונגען און מעשׂיות פֿאַר קינדער. אין 1996 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וווּ ער איז געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „די צוקונפֿט‟ און אַן אַקטיווער שרײַבער אינעם „פֿאָרווערטס‟.
דעם פֿילם וועט מען פּראָיעקטירן 6:30 אין אָוונט אינעם Conference Center אויף דער 59טער גאַס צווישן די עוועניוס „פּאַרק‟ און „לעקסינגטאָן‟. דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דאָ: //myemail.constantcontact.com/World-Premiere-8-11—New-Film-on-Soviet-Yiddish-Culture.html?soid=1101174814514&aid=Edkm5O90Nds.
דער פֿילם איז אַ טייל פֿון דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟. אַחוץ חיים ביידערן זענען בנימצא פֿילמען וועגן יחיאל שרײַבמאַן, מיכאל בן־אַבֿרהם, יוסף קערלער, שירה גאָרשמאַן, יאָסל בירשטיין, מישע לעוו און אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש. חיים ביידער האָט אויך געשאַפֿן צוויי פֿילמען מיטן „פֿאָרווערטס‟ וועגן שטעטלעך אין דער אוקראַיִנע. אַלע פֿילמען קען מען באַשטעלן גלײַך פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ דורכן אָנקלינגען 212-889-8200 מיטן צוגאָב־נומער 400.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.