„שטיסל‟ איבערגעמאַכט פֿאַר אַמעריקע

Shtisel Remade for American TV

איתן כּהן
YouTube
איתן כּהן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 09, 2016, issue of August 29, 2016.

די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַם „שטיסל‟, וואָס ווײַזט דאָס לעבן פֿון חסידישע ייִדן אין ירושלים, איז געוואָרן אַן אומדערוואַרטער שלאַגער אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע צווישן אַלע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט. „שטיסל‟, די ערשטע פּאָפּולערע פּראָגראַם צו שילדערן חרדישע ייִדן אויף אַ סענסיטיוון און רעאַליסטישן אופֿן, איז געוואָרן אַ מין געזעלשאַפֿטלעכן פֿענאָמען און האָט אַפֿילו פּאָפּולאַריזירט געוויסע פֿראַזעס אויף ייִדיש און לשון־קודש מיט אַן אַשכּנזישער הבֿרה צווישן דעם ברייטערן עולם.

איצט האָפֿט די טעלעוויזיע־פּראָדוקציע־פֿירמע Okay Goodnight אַז אַן ענלעכע פּראָגראַם באַזירט אין אַמעריקע קען אויך צוציִען אַ ריזיקן עולם. די פֿירמע האָט לעצטנס געמאָלדן, אַז זי האָט געשאַפֿן אַן אָפּמאַך מיט Amazon צו שאַפֿן אַן אַמעריקאַנער נוסח פֿון „שטיסל‟. די סצענאַרן פֿון דער נײַער פּראָגראַם, וואָס וועט הייסן Emmis (אמת), וועט אָנשרײַבן איתן כּהן, אַ ישׂראל־אַמעריקאַנער סצענאַריסט פֿון אָרטאָדאָקסישן אָפּשטאַם, וואָס איז באַקאַנט צום־מערסטנס פֿאַר זײַנע קאָמעדיע־פֿילמען. עס וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל, וואָס ער פֿירט אָן מיט אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם סײַ ווי אַ שרײַבער, סײַ ווי אַ רעזשיסאָר און הויפּט־פּראָדוצירער. קיין אַקטיאָרן האָבן ביז־אַהער זיך ניט אײַנגעשלאָסן אין דער פּראָדוקציע.

אַ סך פּאָפּולערע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אין אַמעריקע זענען באַזירט אויף ישׂראלדיקע פּראָגראַמען. Homeland (היימלאַנד) אויף Showtime איז אַן אַמעריקאַנער אַדאַפּטאַציע פֿון דער ישׂראלדיקער סעריע „חטופֿים‟ (פֿאַרכאַפּטע), און In Treatment (אונטער אַ פּסיכאָלאָגישער באַטראַכטונג) איז אַ נײַער נוסח פֿון דער ישׂראלדיקער פּראָגראַם „בטיפּול‟ (אין טעראַפּיע). די דאָזיקע צוויי סעריעס האָבן אָבער גאָר אַן אוניווערסאַלע טעמאַטיק אין פֿאַרגלײַך מיט „אמת‟, וואָס וועט באַהאַנדלען ייִדישלעכע טעמעס. מע וועט שוין זען, צי אַ פּראָגראַם וועגן פֿרומע ייִדן קען געפֿינען אַן עולם אין אַמעריקע אַזוי ווי „שטיסל‟ האָט שוין געטאָן אין דער ייִדישער מדינה.