עס קאָן זײַן אַז דאָס שטעלן באַנקעס וועט נאָך ווערן דאָס נײַסטע משוגעת נאָך דעם, ווי מיליאָנען צוקוקער פֿון די אָלימפּישע שפּילן אין ריִאָ־דע־זשינייראָ וועלן זען ווי די אַטלעטן שווימען, שפּרינגען, טאַנצן און וואַרפֿן שפּיזן מיט ריזיקע ראָזעווע קלעפּ איבערן הויט.
ווען מענטשן אויף „טוויטער‟ האָבן לכתּחילה געזען די פּערפֿעקט־רונדע פֿלעקן אויפֿן הויט פֿונעם שווימער מײַקל פֿעלפּס, דער סאַמע־דערפֿאָלגרײַכסטער אַטלעט אין דער געשיכטע פֿון דער אָלימפּיאַדע, האָבן אַ סך מענטשן ניט פֿאַרשטאַנען, פֿון וואַנען עס זענען געקומען די צייכנס. געוויסע האָבן געמיינט, אַז פֿעלפּס לײַדט פֿון אַ געוויסער קראַנקייט. אַנדערע האָבן געהאַלטן, אַז עפּעס אַ מאָדנע וואַסער־באַשעפֿעניש האָט אים אַטאַקירט אָדער אַפֿילו, מע בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַז אַ געליבטע האָט איבערגעלאָזט אויף אים עטלעכע זייגקושן (בלע״ז hickies). אַנדערע באַנוצער פֿון „טוויטער‟ האָבן אין גיכן דערקלערט דעם עולם, אַז עס האַנדלט זיך דאָ ניט אין קיין אומגליקן מיט גרויסע אָקטאָפּוסן אָדער קיין געליבטע מיט ריזיקע ליפּן, נאָר אין אַ באַקאַנטער שטעטלדיקער רפֿואה.
ניט געקוקט אויף דעם וואָס ס׳רובֿ הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדן ווייסן ניט פֿון באַנקעס, בלײַבט דאָס וואָרט אַליין אַקטועל אַ דאַנק אַ ריי פּאָפּולערע אויסדרוקן. אַפֿילו צווישן די, וואָס דערקלערן אַ מאָל אויף מאַמע־לשון, אַז „ס׳וועט אים העלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס‟, ווייסן ניט אַלע, אַז ס׳גייט אַ רייד וועגן קליינע גלעזערנע טעפּלעך, וואָס מע הייצט אויף און לייגט אויפֿן קערפּער, זיי זאָלן זויגן דעם הויט. די מעדיצינישע טעכניק, וואָס איז געווען שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין מיזרח־אייראָפּע ווי אַ רפֿואה קעגן כּל־המינים קרענק און ווייטיקן, איז ניט בלויז אַ דערמאָנונג פֿון דער אַלטער היים. די היילונג בלײַבט פּאָפּולער אין כינע און אין אַ ריי אַנדערע אַזיאַטישע און מיטל־מיזרחדיקע לענדער און ווערט איצט פּאָפּולער צווישן די אָנהענגער פֿונעם אַלטערנאַטיוון מעדיצין.
לויט פֿאַרשידענע דאָקטוירים וואָס האָבן גערעדט מיטן „בי־בי־סי‟ זענען ניטאָ קיין שום מעדיצינישע ראַיות, אַז דאָס שטעלן באַנקעס העלפֿט דעם פּאַציענט. פֿון זייער זײַט טענהן אַ סך אַטלעטן, אַז די טעכניק העלפֿט זיי בײַצוקומען דעם ווייטיק וואָס קומט מיטן טרענירן און קאָנקורירן אויף אַזאַ אינטענסיוון אופֿן. אַלעקס נאַדור, אַן אַמעריקאַנער גימנאַסט האָט געזאָגט דער צײַטונג „יו־עס־איי טודיי‟, אַז דאָס שטעלן באַנקעס, איז פֿאַר אים בעסער ווי אַלע אַנדערע מעטאָדן אויסצושטיין ווייטיק, אַרײַנגערעכנט מאַסאַזש, „אײַז־באָדנס‟ און דאָס גייען אין סאַונע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.