אַז מע טוט אַ טראַכט וועגן באַקאַנטע וועגעטאַריער טראַכט מען געוויינטלעך ניט וועגן די וואַרשעווער ייִדן אָבער צווישן די סאַמע באַקאַנסטע וועגעטאַריער געפֿינען זיך טאַקע צוויי באַקאַנטע ייִדן, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט. דער עשטשער, דער שרײַבער און „נאָבעל‟־לאַורעאַט יצחק באַשעוויס־זינגער, איז זיכער באַקאַנט אונדזערע לייענער אָבער דער צווייטער אַלעקס הערשאַפֿט — איז ניט אַזוי ברייט באַקאַנט אין אונדזערע קרײַזן.
הערשאַפֿט איז געבוירן געוואָרן אין 1934 און האָט געשמאַכט צוויי יאָר אין וואַרשעווער געטאָ. זײַן פֿאָטער יוסף, אַ כעמיסט וואָס האָט געאַרבעט מיט ראַדיאָאַקטיווע כעמיקאַלן צוזאַמען מיטן באַקאַנטן ייִדישן פֿיזיקער יוסף ראָטבלאַט (דער איינציקער וויסנשאַפֿטלער וואָס האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם „מאַנהעטענער־פּראָיעקט‟ צוליב עטישע זאָרגן) איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך די דײַטשן. דער יונגער אַלעקס איז געבליבן לעבן אויף דער אַרישער זײַט מיט זײַן מאַמע, סאַבינע. נאָך פֿינף יאָר אין אַ פּליטים־לאַגער אין איטאַליע האָט זײַן מאַמע עולה געווען קיין ישׂראל, אָבער אַלעקס האָט באַשלאָסן צו 16 יאָר זיך צו באַזעצן אין אַמעריקע. דאָרטן איז ער געגאַנגען אין זײַנע פֿאָטערס וועגן, ווערנדיק אַ כעמיקער מיט אַ ספּעציאַליטעט אין נוקלעאַרע מאַטעריאַלן.
בעת זײַן צײַט ווי אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר בײַם „טכניון‟ אין חיפֿה איז אַלעקס הערשאַפֿט געוואָרן באַקאַנט ווי אַן אַקטיוויסט לטובֿת די רעכט פֿון אַטעיִסטן און אַנדערע ייִדישע פֿרײַדענקער. ער איז אויך געוואָרן אַ וועגעטאַריער. זײַן נטיה צו אַקטיוויזם האָט ניט אויפֿגעהערט ווען ער איז צוריקגעקומען אין אַמעריקע. ער איז ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט זײַן אַקטיוויזם לטובֿת די רעכט פֿון אַטעיִסטן און האָט אָרגאַניזירט כּלערליי מיטינגען צו קעמפֿן פֿאַר נײַע רעגולאַציעס צו פֿאַרהיטן די סבֿיבֿה.
אין 1975 האָט ער באַשלאָסן צו ווערן אַ וועגאַנער און במשך פֿון די לעצטע 40 יאָר איז ער געווען איינער פֿון די פּראָמינענטסטע שטיצער פֿונעם געדאַנק, אַז די בעלי־חיים האָבן רעכט אַזוי ווי מענטשן און אַז מע טאָר זיי דערפֿאַר ניט אויסנוצן פֿאַרן עסן. זײַן הינטערגרונט ווי אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה איז ניט געוויינטלעך אויפֿן אויבן־אָן פֿון זײַן אַקטיוויסטישן סדר־היום אָבער במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר איז ער אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעדע, „פֿון וואַרשעווער געטאָ ביז אַ לעבן פֿון רחמנות‟ פֿאַר ייִדישע פּובליקומס.
דינסטיק, דעם 27סטן סעפּטעמבער, וועט ער אויפֿטרעטן בײַם „היברו־יוניאָן־קאָלעדזש‟ אין מאַנהעטן מיט זײַן רעדע וועגן דעם, ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַן אַקטיוויסט לטובֿת די רעכט פֿון די בעלי־חיים. דער אָוונט ווערט אײַנגעאָרדנט דורך דער אָרגאַניזאַציע Jewish Veg, וואָס „דערמוטיקט און העלפֿט ייִדן אָנצונעמען אַ דיעטע באַזירט אויפֿן עסן געוויקסן לויט די העכסטע אידעאַלן פֿון ייִדישקייט‟. בײַ דער געלעגנהייט וועט מען סערווירן אַ כּיבוד פֿון, פֿאַרשטייט זיך, וועגאַנישע מאכלים.
כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.jewishveg.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.