ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

ערנסט נעאיזוועסטני
ערנסט נעאיזוועסטני

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published August 11, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

סטודענטן אינטערוויויִרן אײַנוווינער פֿון בעשענקאָוויטש

„ספֿר‟, דער צענטער צו אַנטוויקלען ייִדישע לימודים אין רוסלענדישע אוניווערסיטעטן, פֿירט דורך זײַן לעצטע זומער־פּראָגראַם הײַ־יאָר — דאָס מאָל אין בעשענקאָוויטש, אַ שטעטל אין וויטעבסקער געגנט, ווײַסרוסלאַנד, וווּ פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען ייִדן געווען כּמעט דרײַ פֿערטל פֿון דער באַפֿעלקערונג. אין דער פּראָגראַם נעמען אָנטייל סטודענטן־עטנאָגראַפֿן, וואָס פֿרעגן אויס די היגע סלאַווישע תּושבֿים מכּוח דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, און סטודענטן־עפּיגראַפֿיסטן, וואָס זייער אויפֿגאַבע איז צו קאַטאַלאָגיזירן דאָס היגע ייִדישע בית־עולם, צונויפֿשטעלן זײַן מאַפּע, פֿאַרשרײַבן און איבערזעצן אַלע עפּיטאַפֿן.

דער צענטער „ספֿר‟ האָט אויך דערקלערט, אַז מע קען זיך שוין פֿאַרשרײַבן אויף זײַנע אָנלײַן־קורסן, בתוכם קורסן פֿון ייִדישע שפּראַכן (לשון־קודש, מאָדערן העברעיִש און ייִדיש) און לעקציעס וועגן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, ייִדישער ליטעראַטור, געשיכטע פֿון ייִדן אין אינדיע און געשיכטע פֿון ייִדישע לימודים אין רוסלאַנד פֿאַר דער רעוואָלוציע.

די נעענטסטע ידיעה קומט פֿון אָדעס, וווּ עס האָט זיך געענדיקט דער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יריד „די גרינע כוואַליע‟ — איינער פֿון די גרעסטע און אינטערעסאַנטסטע ביכער־ירידן אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער ייִדישער פֿאַרלאַג פֿון מאָסקווע, „קניזשניקי‟, האָט געוווּנען אין 4 קאַטעגאָריעס: „אילוסטרירטע קינדער־בוך‟, „פּאָליגראַפֿישע קוואַליטעט‟, „סעריע‟ און „פֿאַרלאַג־סעריע‟. דער פֿאַרלאַג איז אויך געוואָרן אַ לאַורעאַט אין דער קאַטעגאָריע „קונסט פֿונעם בוך‟ און „אָדעס אויף ביכער־זײַטן‟.


צוויי מענטשן ווערן באַשטראָפֿט פֿאַר שטעלן אַנטיסעמיטישע פּאָסטן אויף די סאָציאַלע נעצן

אין צוויי ראַיאָנען פֿון רוסלאַנד ווערן די בירגער באַשטראָפֿט פֿאַר דרוקן אַנטיסעמיטישע פּובליקאַציעס אויפֿן אינטערנעץ. אַ תּושבֿ פֿון פּרימאָרסקער קאַנט איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 300 שעה געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעט, און אַ תּושבֿ פֿון אַלטײַ האָט באַקומען אַ יאָר אַזעלכע אַרבעט, אָבער באַדינגלעך.

ביידע זענען באַשטראָפֿט געוואָרן פֿאַר אַנטיסעמיטישע פּאָסטן אין סאָציאַלע נעצן. אַזעלכע מישפּט־פּסקים זענען רעלאַטיוו זעלטן אין רוסלאַנד. געוויינטלעך זאָגט זיך אָפּ די פּראָקוראַטור צו באַטראַכטן אַזעלכע פֿאַלן, און אַנטיסעמיטישע אַגיטאַציע בלײַבט אָן אַ שטראָף.


ישׂראלדיקע פֿרוי אַרעסטירט פֿאַר פּרוּוון אַרויסגנבֿענען אַלטע רוסישע מטבעות און באַנקנאָטן

אַ ידיעה פֿון ראָסטאָוו־אויף־דאָן, אַ גרויסע שטאָט אין דרום־רוסלאַנד. אין אָרטיקן פֿליפֿעלד איז אַרעסטירט געוואָרן אַ בירגערין פֿון מדינת־ישׂראל, וואָס האָט געפּרוּווט אַרויסצופֿירן פֿון רוסלאַנד אַלטע מטבעות, באַנקנאָטן און אָבליגאַציעס, בתוכם — אַ קאָפּיקע פֿונעם יאָר 1780. לויטן רוסלענדישן געזעץ, זענען אַזעלכע אָביעקטן „מלוכישע ווערטן‟, און מע טאָר זיי ניט אַרויספֿירן אָן דעקלאַראַציעס.


סאָוועטישער סקולפּטאָר ערנסט נעאיזוועסטני, געשטאָרבן

אַ ידיעה פֿון ניו־יאָרק: דאָרטן איז ניפֿטר געוואָרן ערנסט נעאיזוועסטני, דער באַרימטער סאָוועטישער סקולפּטאָר פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1925, האָט געקעמפֿט אויפֿן פֿראָנט אין דער צווייטער וועלט־מלחמה און איז באַלוינט געוואָרן. נעאיזוועסטני איז געווען אָפֿיציעל אָנערקענט ווי אַ סקולפּטאָר; געווען אַ מיטגליד פֿון סאָוועטישן קינסטלער־פֿאַראיין, אָבער ווי אַן אַוואַנגאַרדיסט איז ער קריטיקירט געוואָרן פֿון ניקיטאַ כרושטשאָוו. אין 1976 האָט ער עמיגרירט, און זײַט 1977 געוווינט אין ניו־יאָרק. אין די 1990ער האָט ער געשאַפֿן עטלעכע מאָנומענטאַלע דענקמעלער אין רוסלאַנד, בתוכם אַ גרויס דענקמאָל צו קרבנות פֿון סטאַלין־רעפּרעסיעס, וואָס איז אויפֿגעריכטעט אין מאַגאַדאַן.


ייִדישע פֿעדעראַציע אין רוסלאַנד רופֿט צו באַזײַטיקן לבֿנון פֿון דער אָלימפּיאַדע

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: די טעמע, וואָס איז אין די לעצטע טעג זייער פּאָפּולער אין רוסלאַנד, איז די אָלימפּיאַדע אין ריאָ־דע־זשאַנייראָ. דער רוסלענדישער עולם איז שטאַרק צערודערט געוואָרן פֿונעם דאָפּינג־סקאַנדאַל אַרום דער רוסישער מאַנשאַפֿט, אָבער אַוודאי, זענען די דערגרייכונגען פֿון די רוסלענדישע ספּראָרטסלײַט איצט די הויפּט־נײַעס אויף דער טעלעוויזיע. דערצו איז די ייִדישע גאַס דאָ אין לאַנד צערודערט געוואָרן בײַם הערן וועגן דעם אינצידענט, וווּ די מאַנשאַפֿט פֿון לבֿנון האָט ניט אַרײַנגעלאָזט די ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט אין אויטאָבוס. דער אָלימפּישער קאָמיטעט האָט קריטיקירט די לבֿנונישער מאַנשאַפֿט — אָבער ניט מער פֿון דעם. די פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד (חב״ד) האָט גערופֿן צו באַזײַטיקן לבֿנון פֿון דער אָלימפּיאַדע, כּדי אויסצומײַדן צוקונפֿטדיקע פֿאַלן אַזוינע.