אין אַ תּקופֿה ווען כּמעט אַלע ייִדישע זשורנאַלן מחוץ דער חסידישער וועלט האָבן אויפֿגעהערט אַרויסצוגיין, מאַכט „אויפֿן שוועל‟ איצט דורך אַ רענעסאַנס.
דער זשורנאַל, אַרויסגעגעבן דורך דער „ייִדיש־ליגע‟ צוויי מאָל אַ יאָר, ווערט געדרוקט אין אַ פֿילפֿאַרביקן פֿאָרמאַט מיט אַ גלאַנציקער הילע. לכתּחילה דער אָרגאַן פֿון דער „פֿרײַלאַנד־ליגע‟, וואָס האָט געשטרעבט צו שאַפֿן אַ ייִדיש־רעדנדיקע טעריטאָריע, איז דער זשורנאַל אין 1979 פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מער אַלגעמיינער פּובליקאַציע.
הײַנט איז „אויפֿן שוועל‟ איינע פֿון די וויכטיקסטע קולטורעלע טריבונעס געווידמעט דער ייִדיש־שפּראַכיקער קולטור. די איצטיקע רעדאַקטאָרשע, ד״ר שבֿע צוקער, האָט איבערגענומען די לייצעס פֿון ד״ר מרדכי שעכטער ז׳׳ל אין 2005. אַחוץ איר אַרבעט אויפֿן זשורנאַל אַ צווישן־דורותדיקע רעד־קאָלעגיע מיט מיטגלידער פֿון ישׂראל, אַמעריקע, פֿראַנקרײַך און קאַנאַדע. די רעדקאָלעגיע נעמט אַרײַן צוויי חשובֿע שרײַבער פֿונעם עלטערן דור: די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און דער פּאָעט שׂ סימכאָוויטש; געלערנטע פֿונעם מיטלען־דור: ד״ר הערשל גלעזער, ד״ר יצחק ניבאָרסקי און ד׳׳ר מרים טרין; און צוויי יונגע פּען־מענטשן: אונדזער קאָרעספּאָנדענט איציק בלימאַן און בעני מער, דער רעדאַקטאָר פֿון דער ביכער־בײַלאַגע, וואָס עס גיט אַרויס די ישׂראלדיקע צײַטונג „האָרץ‟.
יעדער נומער „אויפֿן שוועל‟ איז געווידמעט אַ הויפּט־טעמע, און דער איצטיקער נומער, פֿון כּמעט 80 זײַטן, וואָס איז לעצטנס אַרויס פֿון דרוק, באַשרײַבט דעם אַמאָל, הײַנט און מאָרגן פֿונעם ייִדישן טעאַטער. צווישן די אַרטיקלען געפֿינט מען אַן אינטערוויו מיט מרים בערקאָוויטש, די אלמנה פֿון ישׂראל בערקאָוויטש, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן „ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין רומעניע‟ צווישן 1955 און 1982. עס געפֿינען זיך אויך אַרטיקלען וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש־טעאַטער אין פּעטערבורג, ביראָבידזשאַן און פּוילן; פּראָפֿילן פֿון הײַנטצײַטיקע בינע־קינסטלער און אַן עסיי פֿון דער „פֿאָלקסבינעס׳‟ מאָטל דידנער וועגן דעם, ווי אַזוי ער האָט אָנגעהויבן שפּילן אין ייִדישן טעאַטער. אַחוץ די אַרטיקלען וועגן טעאַטער געפֿינט מען אַן אינטערוויו מיטן זשורנאַליסט יצחק לודען, נײַע ייִדישע לידער, אַ רעצענזיע פֿון אַ נײַער דרײַשפּראַכיקער פּיעסע וועגן דער ייִדישער אידענטיטעט אין פּוילן און אַן אַרטיקל געווידמעט דער טעאַטער־טערמינאָלאָגיע.
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן „אויפֿן שוועל‟ און דער „ייִדיש־ליגע‟ קען מען געפֿינען דאָ: //www.leagueforyiddish.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.