ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

דער פֿעדעראַלער מיניסטער דזשאָרדזש ברענדיס
דער פֿעדעראַלער מיניסטער דזשאָרדזש ברענדיס

פֿון שרה זילבערמאַן

Published August 15, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ נײַ געזעץ־פּלאַן צו פֿאַרװערן דאָס פּרײדיקן גענאָציד אין אױסטראַליע

דער הױפּט־אַדװאָקאַט פֿון אױסטראַליע, דער פֿעדעראַלער מיניסטער דזשאָרדזש ברענדיס, האָט אָפֿיציעל געמאָלדן אַז די ליבעראַלע רעגירונג װעט אַרײַנברענגען אַ נײַ געזעץ־פּלאַן צום ערשטן מאָל צו פֿאַרװערן דאָס פּרײדיקן גענאָציד. דאָס װעט װערן באַטראַכט פֿון מלוכהלײַט בײַם אָנהײב פֿון דער נײַער „קאָמאָנװעלט‟ פּאַרלאַמענט־סעסיע. דאָס װעט זײַן אַ טײל פֿון אַן אַנטי־טעראָריזם געזעץ־פּלאַן.

דער עקזעקוטיװ־דירעקטאָר פֿונעם עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום, פּיטער װערטהײם, האָט אױסגעדרוקט די האָפֿענונג אַז די רעגירונג װעט ענדערן געװיסע אײנצלהײטן אינעם פֿאָרגעלײגטן געזעץ־פּלאַן אײדער דער פּלאַן װערט דיסקוסירט אינעם פּאַרלאַמענט.

װערטהײם האָט געלױבט דאָס װאָס דער נײַער פּלאַן װעט פֿאָדערן באַװײַזן פֿון „אַקטיװ אונטערשטיצן דעם גענאָציד“ אַנשטאָט דעם „אָנהעצן יענעם צו גענאָציד‟, װאָס איז שװערער צו באַװײַזן אין געריכט. ער האָט אױך אױסגעדריקט די האָפֿענונג אַז דאָס געזעץ װעט אַרומנעמען פּרײדיקונגען װעלכע װערן געמאַכט סײַ אין אױסטראַליע גופֿא, סײַ אין אױסלאַנד.

װערטהײם האָט געטאַדלט די מעגלעכע פֿאַרטײדיקונגען פֿון די פּרײדיקער פֿון גענאָציד, אַז אײנער האָט גערעדט „מיט גוטן װילן‟ — דאָס הײסט, אַז די פּרײדיקונג פֿון גענאָציד איז געװען אַ באַשטאַנדטײל פֿון אַ קונסטװערק, אַן אַקאַדעמיש װערק אָדער, אַז זי איז געװען אַ טײל פֿון אַ נײַעס־באַריכט. ער האָט אױך געטאַדלט די מעגלעכקײט אַז אַ פּרײדיקער פֿון גענאָציד זאָל זיך מעגן פֿאַרטײדיקן דערמיט װאָס דאָס פּרײדיקן גענאָציד איז פֿאָרגעקומען „לטובֿת הכּלל“. דאָס װאָלט דערלױבט דעם פּרײדיקער פֿון גענאָציד אױסצונוצן זײַן משפּט װי אַ פּלאַטפֿאָרמע װײַטער צו פּרײדיקן דעם גענאָציד און אױך צו באַרעכטיקן דעם גענאָציד.

דער איצטיקער שטראָף פֿאַר אַקטיװ אונטערשטיצן דעם טעראָריזם אין אױסטראַליע איז פֿינף יאָר טורמע. װערטהײם האָט פֿאָרגעלײגט אַז דער שטראָף פֿאַר אַקטיװ אונטערשטיצן דעם גענאָציד דאַרף זײַן נאָך שטרענגער װי דער שטראָף פֿאַר פּרײדיקן דעם טעראָריזם.


דאָס געזעץ װאָס פֿאַרװערט װערטער װעלכע באַלײדיקן, פֿאַרשעמען אָדער שרעקן — בלײַבט

מיט 21 יאָר צוריק האָט די דעמאָלטיקע „קאָמאָנװעלט‟ לײבאָר רעגירונג אײַנגעפֿירט דעם ראַסן־דיסקרימינאַציע־אַקט און איר אָפּטײלונג „18־צע‟, װאָס פֿאַרװערט דאָס באַנוצן זיך מיט װערטער װעלכע „באַלײדיקן, פֿאַרשעמען אָדער שרעקן אָן‟ עטנישע און רעליגיעזע מינדערהײטן אין אױסטראַליע. דאָס געזעץ איז שטאַרק אונטערגעשטיצט פֿון אױסטראַליעס פֿיל מולטי־קולטורעלע פֿעדעראַציעס, אירע עטנישע פֿעדעראַציעס און אירע מולטי־רעליגיעזע פֿעדעראַציעס. די אָרגאָניזירטע ייִדישע קהילות פֿון אױסטראַליע און זײערע מיטגליד־אָרגאָניזאַציעס זײַנען אַװדאי און אַװדאי געװען און געבליבן הײסע אונטערשטיצערס פֿון „18־צע‟, װי די אָפּטײלונג פֿונעם געזעץ װערט אָנגערופֿן אומפֿאָרמעל.

דער געװעזענער רעכט־געשטימטער ליבעראַלער פּרעמיער מיניסטער, טאָני עבאָט, האָט אין זײַן צײַט װי דער פּרעמיער מיניסטער פֿון לאַנד, געװאָלט ענדערן דעם טעקסט פֿונעם געזעץ, דער עיקר פֿון זײַן אָפּטײל „-18צע‟, כּדי צו דערמעגלעכן „פֿרײַערע רײד‟ אין לאַנד. דער הײַנטיקער ליבעראַלער הױפּט־אַדװאָקאַט פֿון לאַנד, דזשאָרדזש ברענדיס, האָט אָבער לעצטנס צוגעזאָגט, אַז דאָס געזעץ װעט נישט געענדערט װערן.

דאָ האָט אַ קלײנע גרופּע נײַ־דערװײלטע מיטגלידער פֿונעם „קאָמאָנװעלט‟-פּאַרלאַמענט, מערסטע פֿון זײ — װײַט־רעכט־געשטימטע, צוגעזאָגט אַרײַנצוברענגען ענדערונגען צו „-18צע‟ װי אַ געזעץ־פּלאַן װאָס װערט פֿאָרגעלײגט פֿון אַ פּריװאַטן מיטגליד פֿונעם פּאַרלאַמענט און נישט פֿון קײן פּאַרטײ. עס איז גאַנץ שװער אײַנצופֿירן אַ געזעץ־פּלאַן אין אױסטראַליע װאָס איז נישט אונטערגעשטיצט פֿון כאָטש אײנער פֿון די צװײ גרעסערע פּאַרטײען, ליבעראַלן אָדער לײבאָר, װײַל אָן זײער אונטערשטיצונג איז כּמעט אוממעגלעך צוצוציִען אַ מערהײט פֿון די פּאַרלאַמענטאַריער.

אײנער פֿון די אומאָפּהענגיקע סענאַטאָרן װאָס האָט גלײַך געמאָלדן אַז ער שטיצט נישט אונטער קײן ענדערונגען צו „-18צע‟ איז דער סענאַטאָר ניק זענעפֿאָן. ער האָט געזאָגט, אַז דאָ װוּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון לאַנד און די אַראַבישע באַפֿעלקערונג פֿון לאַנד זײַנען פֿאַראײניקט אין זײער קעגנערשאַפֿט צו די ענדערונגען, דאַרפֿן קײן ענדערונגען נישט געמאַכט װערן צו „-18צע‟.

פֿאָרשטײער פֿון די אױסטראַלישע ייִדישע אָרגאָניזאַציעס האָבן אױסגעדריקט זײער אַנטױשונג װאָס פּאַרלאַמענטאַריער באַטראַכטן אַפֿילו די מעגלעכקײט אַז „-18צע‟ זאָל געענדערט װערן. זײ זאָגן אַז דאָס עקזיסטירנדיקע געזעץ אַרבעט װי געהעריק מער װי 20 יאָר און האָט באַװיזן צו באַלאַנסירן דאָס רעכט צו זאָגן וואָס מע װיל מיטן רעכט פֿון מינדערהײטן נישט צו װערן באַלײדיקט, פֿאַרשעמט אָדער דערשראָקן.